ImageAlt.

א פעליעטאָן לכבוד יום טוב

װער איז דער צעפראַסקעטער אוֹרח?
ער קאָמאַנדעוועט אין דיין פּסיכישער דירה
דער יאָלד האַקט און קאַקט ביי דיר אין מוֹח
דער פּאַראַזיט איז די מכּה אשר לא כּתובה.

ער איז א צפּיחית בדבש וואָס וויל בלויז מרוֹר רייבן
פּער א פּחמי שבת נחמוּ איז ער אש־להבה צו דיין קש
ער איז אויסן דיך צו צערייבן, אָבער ס’שווער אים צו פאַרטרייבן
ווייל ער איז טמון אונטער דיין נאָמען ווי הָמָן אין א טאַש.

און צו טרייבן ווי נְבוּזַרְאֲדָן דאַרף גאָט זיין קוואַטער
אַן ענין א דעליקאַטער, ער זיצט ביי דיר א זאַטער
פּשעטלעך פון א סקוואַטער און פון אין חבוש מתּיר
א פּריוואַטער טעאַטער איז נישט גרינג צו זיין מוותּר.

א נגע־צרעת אָן קיין ראַסע, הגם א בלאַסער למעשׂה
עין לא ראתה — ער פאַרמאָגט ניטאַמאָל קיין מאַסע
פאָרט איז ער זיך מתנשׂא ממסע למסע צו א משׂא גסה
ער איז מטמא במגע ומשׂא און אַזש אויך בגרימאַסע.

א הוֹשענא וואָס שמייסט נאָך פאַר למען־דעת
א דלעילא, א דלתתא, א סאָפּראַנאָ, און א באַס
א שבר־כּלי, משוגע’וואַטע, נאָן־גראַטאַ, א חלאת
אַן אפילה און אַטאַקע כּדין וכּדת מיט קנס לבין ובת.

אַן עוקץ אָן קיין פּיטם און א שלוקערץ אָן קיין ריטעם
א צעפידלטע סטרונע און א קאַקאָפאָנישע ימי־בינה
טענוּ מעוֹת חיטים און הוֹדה לוֹ עצי שיטים
א צעזידלטע קינה און א מעלאַנכאָלישע גילה־רינה.

א מאַנישע מערכה, א דעפּרעסיווע אנחה
א בחור כּהלכה, נאָר מיט א שטיקל הנחה
א הבטחה, הדרכה, ברכה, און סומאַטאָכע
א צעפליקטע משפּחה, וכל הקוֹדם זכה.

אילוזיעס, דעלוזיעס, און האַלוצינאַציעס
א זאַק פאַרהויקערט אויף דיין פּלייצע
חלוֹמוֹת, פּתרוֹנוֹת, און לויזע אַסאָציאַציעס
חוש’ט מיט די חושים און דרייט א ביצה.

ער האָט זאָגאַר א רעפּערטואַר פון דוֹבים ויער
דער צאַר מיטן גזר און קאָמיסאַר מיטן ציגאַר
אַרענדאַר מיטן שטר און זשאַנדאַר מיטן כאַבאַר
— א באַזאַר פון קאָשמאַר וואו כּל דאלים גבר.

טראַכט, מאַכט, און פאַרמאַכט
פאַרבראַכט, נאַכט, און באַוואַכט
באַטראַכט, באַאָבאַכט, און געדאַכט
פאַרשמאַכט, פאַרקראַכט, און אָפּגעשוואַכט.

פאַרדאַכט, פאַראַכט, און אויפגעבראַכט
לאַכט, באַמאַכט, און אויסגעטראַכט
שלאַכט, געבראַכט, און פאַראורזאַכט
פּראַכט, פאַרפלאַכט, און אומגעבראַכט.

א פּאַניק, אַן אַמפּעריי, און ווידער א רודעריי
נאָר זאָגן זאָגט ער אַז ער מיינט דיין טוֹבה
פרעסן פרעסט ער אָבער אבר מן החי
— ס’לעצטע ביסל מאַרך איז ער אויך גוֹבה.

דער פּסיכאָפּאַט פאַרגינט נישט קיין רגע בשלוה
ניטאַמאָל א קרעכצל אויפן קושי השעבוד
ער קומט באַלד קלאַפּן אויף דיין טיר ווי א מלוה
ווייל ס’איז דיך געלונגען צו שאַפן אַביסל עידוד.

מנוחה ושׂמחה מיט בענזאָדיאַזעפּין?
זיינע סדוֹם־בינען קומען דיך שטעכן אויפסניי
דער סאַדיסט שמעלצט זיך בחדוותא דזעיר אנפּין
— לאַכט אין די פויסטן אויך פון דיין עס־עס־אַר־איי.

יסורים מיט סיפּורים פון חורים אין די כּדורים
א חג הביכּורים? פון תמרורים נאָכנישט פּטורים
א בעל־כּישורים מיט ביאורים אויף מתּיר אסורים
שיעורים און חיבורים אויך אויף ליל שמורים.

ווי שבת אויף דיבורים מיינט איסורים נישט הרהורים
ווי גבירים טיילן פּורים און ווי יוֹם כּיפּורים איז כּ־פּורים
ווי סידורים אויף יוֹם כּיפּורים און יוֹם־כּיפּורים אויף חטאת־נעורים
ווי עשירים טרעטן אויף פּירורים און ווי מאושרים די מכשירים.

מ’באַשווערט עד בלי די מיט בליי, ערד, בערד, און פערד
בלטיהם, בלהטיהם, ולהבדיל, בבולעטין אין בוימל בלולה
ער שווערט אַז ער באַגערט אויף דעזערט מְתוּשֶׁלַח’ס שווערד
דער אַשְׁמְדַאי מאַכט פון יעדער סגוּלה א חוכא ואטלולא.

ער דערקלערט אַז ס’איז באַשערט און געוויס ווערט
ער פאַרהערט און באַערט יעדע תחבולה און פּעולה
ער ווערט פאַרצערט, צעשטערט, און איבערגעקערט
ווי א פאַרווערט מחשבה’לע וואָס הערט כּל אומה ואומה.

ער ווערט דאָך דערנערט, פאַרמערט, און געהערט
ווען דו ביסט אין אים פאַרקלערט און פאַרשווערט
דיין לעבן פאַרטרערט איז פאַרקערט זיין קאָנצערט
— ווער קערט און וואָס שטערט אַז ער יערט?

צעשטרודלט, צעדרודלט, און צעדרומשקעט
צעפלאָכטן ווי א לאָקש, זאָגט ער, איז דער נייער נאָרמאַל
באַלעמוטשעט, דערקוטשעט, און צעקוטשקעט
דו פרעגסט פאַרוואָס, און ער ענטפערט: ווייל

פאַריאַכמערט, פאַרכמורעט, און פאַרקאָלאָטשעט
פּרעסט פון פּיסק זאַצן אַרויס ווי פון צעשטויסענע גפנים
צעטשאַכמערט, פאַרמרוקעט, און פאַרמאַראָטשעט
לְחַצֵץ קלעבט מיט לְנַצֵץ ווי מאַטראַצן פון נקבים קטנים.

צעבוצקעט, צעיוכעט, צעהעצקעט, צעפלאַטערט, און צעפּלאָשעט
צעפאָכעט מיט הערנער ווי א פּאַיאַץ בין הזמנים און א קאַץ אויף חתנים
צעזשאַרעט, צעפיבערט, צעמיירעט, צעבאָכעט, און צעטאָפּטשעט
צעשטאָכן מיט דערנער ווי דער בן־מלך אין פּאַלאַץ מיטן נמשל פון שוֹשנים.

ער צעקאַטעוועט דיך איבער זיינע שטעגן מיט גע’הרג’טע מכּוֹת
ער איז אינעם פינצטערניש נאָך מוֹסיף חטא על פּשע
ער וויל אַז דו זאָלסט צעקאַליעטשעט ווערן אויף זיינע וַחֲלַקְלַקוֹת
שיט ער די פּעקלעך זאַלץ בלויז על כּל חבורה ופּצע.

יאָ, דו קלאָגסט יָגַעְתִּי בְּאַנְחָתִי
אָבער ניין, ס’גילט ביי אים נישט קיין גט
דו זיפצט אַשְׂחֶה בְכָל לַיְלָה מִטָּתִי
ער טעראָריזירט און הולטייעוועט אפילו אין בעט.

ווער האָט אים בכלל דיין אַדרעס געגעבן?
און ווער האָט אים געעפנט דעם געיט?
ווער האָט אים געלאָזט דיין היים אָנקלעבן
מיט זיין אָלטערנאַטיווער רעאַליטעט?

זע ווי ער פאַרשטעלט מיט געוויקסן די פענצטער
זע ווי ער פאַרשוואַרצט דיינע קעמערלעך מיט קויל
ער איז אַנטשלאָסן צו פאַרשפּרייטן דעם קענצער
און דיין געמאָרדעוועטע זעל אַראָפּיאָגן אין שאוֹל.

ער איז לעוֹלם א גאָלע גאָרנישט וואָס זויפט דיין בלוט
ער נאָגט א מלא וגדוש בייטאָג און אויפדערנאַכט
זיין נאַרציסיסיטיש לעבן איז זיס, גוט, און ליט
כּל זמן דו ביסט אין זיינע וואַנזיניגקייטן פאַרטראַכט.

דיין וְנַפְשִׁי נִבְהֲלָה מְאֹד איז זיין יעמוֹד יעמוֹד!
ער קומט באַלד אַרומשרויפן א טשוועקל אין דיין קעפּל
דיין נויט איז זיין פּרנסה און דיין הויט איז זיין קנויט
דו ביסט זיין זֶה חֲלִיפָתִי נאָך מיט א פּעקל אויפן רעקל.

ער איז דאָך אַן עני ממעשׂ תּלוש פון ערשטן קלאַס
ער מאַכט דיך חלוש ווייל זיין שׂכר איז דיין צער און גענאַר
ער טרייבט דערפאַר שפּאַס על מנת לקבל שפּייז
— ער זעט דיין היסח הדעת אַלס אַן עקזיסטענציעלע געפאַר.

דער בן סוֹרר ומוֹרה און שוֹרש פּוֹרה מרה שחוֹרה האָט דערפון מוֹרא
פיל מער ווי דער אָטעם פון בעל־קוֹרא פאַרן אַרויסשלאָגן עֲשֶׂרֶת
ווייל משפּטים אין תּלמוד־תּוֹרה האָט אין אים אַריינגעשלאָגן דער מוֹרה
וואָס דער בוֹרא אין זיין תּוֹרה איז יוֹרה פאַרן טאָגן אִם בַּמַחְתֶּרֶת.

נשימה אחת איז נישט מעכּב די קריאה
די ערגסטע לאַגע איז טעראָר פונעם כאָר
אבער נפש תּחת איז סוֹף גנב לתּליה
— ניטאַמאָל קיין קלאַגע פונעם פּראָקוראָר.

הָא לַחְמָא עַנְיָא!
דיין פאַראָרעמט לעבן איז זיין ברויט
באַפרייט צו ווערן פון דער טיראַניע
מוז דיין דערלעבן ווערן זיין טויט.

דאָס שטיקעלע מרוֹר אין חרוֹסת טוֹבל
טייטשן שוין צדיקים: אַראָפּ מיטן אוֹרח!
כֵּן עָשָׂה הִלֵּל, כּי נֶפֶשׁ הוּא חֹבֵל
— אים אַריינגעשליידערט אין סאַמע כּוֹרֵךְ.

כָּל דִּכְפִין מיינט נישט אַז מ’איז דעם פּסיכישן פּאַראַזיט סוֹבל
כָּל דִצְרִיךְ — אפילו דער סבלן הִלֵּל מוז ווערן א קטלן לצוֹרך
בְּנֵי חוֹרִין וואַרטן נישט אויף אֵלִיָּהוּ’ן, נִירְצָה, אָדער קיין גראַם
— זיי זינגען כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ שוין באַלד ביי שֻׁלְחָן עוֹרֵךְ.