מאָצל נח טויב האָט אַלס אינגל געבעטן פאַר אפיקוֹמן צו זיין א מעכטיגער גראַמער ווען ער גייט ווערן א טאַטע. לעגענדאַרע ריזן ווי אַרי באַרי באָקסער האָבן איבערגעלאָזט אויף מאָצל נח’ן א גאָר טיפע אינספּיראַציע. אַרי באַרי באָקסער האָט אויסגעלערנט מאָצל נח’ן אַז א אידיש וואָרט וואָס מאַנגלט א גראַם נעמט מען גראָד צום דאָקטער. ויגדל מאָצל נח און געזוכט א דאָקטער פאַר זיין באָקסער אין די היימישע אורזשענט־קעיר צענטערן, אָבער געטראָפן האָט ער בלויז פּי־עיס און ען־פּיס. היה פּיקח אחד משיב לו: אל תקרי באָקסער אלא באָקסערל, און מיטן באָקסערל קענסטו לויפן צום דאָקטערל — נישט נאָר איינמאָל, נישט נאָר צוויי מאָל, נאָר אויף דריי מאָל …
היינט, אכשר דרא, קען א באָקסערל זיך אידענטיפיצירן ווי א ווייסקע שמאַטקעלע וואָס הייסט ר”ת גאַטקעלע און טאַנצן ווי א לאַטקעלע אין א למהדרין יאַטקעלע. יו געט דע דריל — דל עשתרות קרנימ’ל, אוי טאַטע עפן שוין דאָס מים־חיימ’ל, צעקלאַפּ שוין די אַלטע העלצערלעך, און גיס אָן דיינע שאָף מיט קאַלטע סעלצערלעך.
אַן אַנדער פּראָ־טיפּעלע וואָס מאָצל נח האָט געלערנט איז אַז ווען דער טייך מיט די אויסגעוועפּטע סעלצערלעך ווערט אויסגעשעפּט פון גראַמעלעך, דאַן קען מען מעלה גרה זיין א פויל פּעקל פּראָנאָמען: אַרי באַרי באָקסער, קיין גראַם פאַרמאָגט דאָך נישט ער, און ראיוֹת אסורוֹת, אַלע טוען עס, אָבער אויף דער שוויגער קוקן נישט מיר, ווייל כאָטש וואָס מ’מאַכט וויצן פון איר, דאָך מיינט מען די שנור, און ווען שנור זאָג איך, דאַן מיין איך אוודאי שנירעלע, און ווייטער צו עמען, אַזוי? כ’האָב אויסגעלאָזט ווער און וועמען, נאָר ווער זענען זיי, גוט־שבת’ל דיר, גוט־שאַאַאַאַבעעעעסלעך אייך.