ImageAlt.

סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור: א פאטענציעלע מהפכה

אריינפיר

זינט דעם אויפשטייג פונעם אינטערנעט האט זיך די אידישע חסיד’ישע געזעלשאפט געטוישט אין אסאך הינזיכטן און געביטן. געוויסע פון זיי פאזיטיווע, אנדערע נעגאטיווע. פארשטייט זיך אז וועלכער טויש עס פאלט אין וועלכער קאטעגאריע ווענדט זיך וויאזוי מ׳קוקט דאס אן און וויאזוי מ׳האלט אז אידישקייט דארף אויסזען. אבער אזוי צי אזוי, קענען לכאורה אלע מסכים זיין אז געטוישט האט זיך עס.

אלס לאנגיעריגער זעלבסט-געקרוינטער סאציאלער באאבאכטער טוט מיך שטארק עגבערן אז מיר האבן נאכנישט געהעריג אנטוויקלט די זעלבסט-באוואוסטזיניגקייט צו פארשטיין און אנערקענען די פארשידענע סוב-קולטורן און “טרענדס” אין אונזער געזעלשאפט. די צייטונגען און מאגאזינען לעבן באופן כללי אין לאלא-לאנד, אין אן אוניווערס וואו קיינער קוקט נישט קיין מאוויס, פארט נישט וואקאציאנירן אין קאנקון, עסט נישט אין רעזערוו קאט, פאלגט נישט נאך ״אביסל״ סטעטוס, שיקט נישט ארום חיימא׳ס ווידעאס, ליינט נישט אייוועלט, ווער רעדט נאך קאווע שטיבל.

אז ס׳מאכט זיך אמאל אן אויסנאם, א מעינסטרים מאגאזין וואס דערמאנט יא די עקזיסטענץ פון א לעבעדיגער וויברירנדער קולטור, ווארפט מען עס ארויס פון די געשעפטן, אריינגערעכנט פון דער גוי’אישער וואלערא גאז-סטאנציע. דאס בעסטע וואס מיר האבן דערווייל זענען פרעמדע, ווי סעמיועל היילמאן אדער איילה פעדער, וועלכע - אז איך וועל זיי דן זיין לכף זכות - טוען זיכער זייער בעסטע אונז צו פארשטיין. אבער דאס קומט אוודאי נישט נאנט צו אן אייגענעם חשבון הנפש, א הבנה איבער זיך אליין וואס מיר מוזן און קענען האבן. נאך אין דער סעריע זענען מעמוארן פון אראפ-פון-דרך׳ניקעס וועלכע פארציילן איבער זיך און איבער אונז פון זייער סוביעקטיוון קוקווינקל, וועלכע איז אוודאי אינטערעסאנט און באלערנד, אבער פארציילט בלויז איבער איין שמאלן אספעקט און פון איין זייער ספעציפישן פערספעקטיוו.

פון אן אקאדעמישן שטאנדפונקט, איז דער חסרון דערין אז עס איז זייער שווער מכיר צו זיין ווען עפעס איז טאקע א “טרענד” און ווען עס איז בלויז א פערזענליכע ערפארונג אדער אנעקדאטישער פענאמען וואס שפיגלט לאו דווקא אפ די ברייטערע היימישע גאס. אין אסאך פעלער איז דאס כמעט א פראגע פון לעבן און טויט. מיר ווייסן נישט, צום ביישפיל, די טרענדס ביים עולם איבער דאקטעריי, מעדיצין, אלטערנאטיווע הייל מיטלען, וואקסינען, פרויען געזונט, עמאציאנעלע געזונט און אזוי ווייטער. יעדער האט א מיינונג, און אסאך פון די מיינונגען זענען אפילו אינפארמירטע מיינונגען (איינער ווייסט קראנט וואס א וועטעראן הצלה וואלונטיר האט אים פארציילט אין שול, א צווייטער ארבעט אין א געזונט קליניק, און א דריטער האט א חבר, א טעראפיסט, וואס פארציילט אים כסדר מעשיות) - אבער א קאלעקטיווער פארשטאנד און א דאטא-באזירטע הבנה פעלט נאך אלץ.

דראגס והמסתעף

כלפי מה דברים אמורים? עס איז שטארק מעגליך אז דער באזיס פון דעם ארטיקל איז א דמיון וואס לא היה ולא נברא, ס׳הייבט זיך נישט אן און ס׳עקזיסטירט בכלל נישט. אדער איז יתכן אז דאס איז בעצם יא א קולוטרעלער טרענד וואס איז מעגליך היבש אינטערן ראדאר, אבער עס איז דא, עס פאסירט, און עס האט זאגאר די מעגליכקייט צו זיין א שטארקער פאקטאר אין טוישן דעם היימישן חרד’ישן סיסטעם און קולטור. די רעדע איז פון א רעלאטיוו-נייעם טרענד ביים היימישן ציבור אין אמעריקע זיך צו באנוצן מיט סייקעדעליקס - סובסטאנצן וועלכע טוען צייטווייליג טוישן דעם מוח אויף פארשידענע אופנים. בפרט איז דער באנוץ פון אייאַוואַסקא, אן אור-אלטער סייקעדעליק געטראנק, געווארן א גאנגבארער ארטיקל ביי אסאך.

בעפאר איך גיי ווייטער, א ווארט צוויי איבער “דראגס”. צום ערשט, א דיסקלעימער: כ’בין ווייט פון אן עקספערט, מיין הבנה און קענטעניס אין דעם נושא איז היבש שוואך, און נעמט דעריבער אלעס וואס כ’שרייב מיט א לעפעלע זאלץ מלא חפניו. אוודאי און אוודאי זאל מען דאס נישט נעמען אלס ראט אדער הדרכה; פרעגט אייך נאך ביי אייער לאקאלן מעדיצינישן אדער עמאציאנעלן געזונט עקספערט בעפאר איר נעמט סיי וואספארא שריט וואס קען האבן לאנג-טערמיניגע אפעקטן.

צווייטנס, ביי אסאך, ספעציעל אזעלכע מיט מער קאנסערוואטיווע נייגונגען, פאלט דער גאנצער נושא פון דראגס אריין אין איין גרויסער חזיר-טרייף קאטעגאריע. איינער וואס נעמט סיי וועלכע געוויקס אדער סובסטאנץ ווערט באטיטלט אלס “דראגי” אדער “דזשאנקי”, אפגעזען צי עס איז קאקעין, העראאין, LSD, קאנאביס, אדער אלקאהאל.

עס איז זיכער דא א מאסגעבנדער צד וואס זאגט אז “שומר נפשו ירחק מהם” - דאס בעסטע איז צו שטיין ווייט פון סיי וועלכן סובסטאנץ וואס אפעקטירט דעם מוח אפילו לרגע קט. דער אמת איז אבער, אז דראגס איז גאר א ברייטער שם הכולל. לא הרי זה כהרי זה, ס’זענען דא ימ’ען פון חילוקים צווישן פארשידענע דראג קלאסן. טעכניש גערעדט זענען קאפאאין (דער אקטיווער סובסטאנץ אין קאווע), ניקאטין (דער אקטיווער סובסטאנץ אין ציגארעטלעך) און אלקאהאל אויך דראגס. זענט איר אדיקטעט צו קאווע? מזל טוב, איר זענט א דראגי. איר רייכערט אדער וועיפט? - דראגי. איר טרינקט א גלעזל שנאפס יעדן טאג נאך שחרית? אויך א דראגי.

עס איז אבער פשוט אז מ’קען נישט ציען קיין פארגלייך צווישן די פארשידענע סובסטאנצן. נישט יעדער פון זיי איז אדיקטיוו אויפ’ן זעלבן שטייגער, און אפילו אויב מ’ווערט יא אדיקטעט, האט נישט יעדער פון זיי דעם זעלבן אפעקט און זיי האבן אלע זייערע אייגנארטיגע ריזיקעס. קאווע קען אייך בארויבן פון דעם נויטיגן שלאף וואס אייער מוח דארף, ניקאטין קען אייך געבן קענסער, און אלקאהאל קען אייך פארוואנדלען אין אן אלקאהאליק אדער חרוב מאכן אייערע לעבער. דאס זעלבע איז ווען עס קומט צו לעגאל-פארבאטענע דראגס א שטייגער ווי קאנאביס (מאַרואוואַנא), סייקעדעליקס, נארקאטיקס, וכו’ וכו’. יעדער פון זיי איז א געשיכטע פאר זיך, לגבי בענעפיטן, אפעקטן, און ריזיקעס, און צו ווארפן א שווארץ ליילעך אויף אלע פון זיי מיט א שם הכולל פון “דראגס” איז נישט קיין עסק. מאידך גיסא, פון נישט נעמען גארנישט איז נאך קיינער נישט געשטארבן, און זיך גענצליך מנזר זיין איז א נישקשה׳דיגער פלאן.

מיט די הקדמות און דיסקלעימערס ארויס פון וועג, לאמיר צוגיין צום נושא: סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור.

דער אמת איז אז די טעמע האט צו זיך צוויי אספעקטן, ביידע פון זיי מיט א רייכער פארצווייגטער היסטאריע, סיי ביי דער אלגעמיינער באפעלקערונג, און ע”ד “וויאזוי עס גוי’אישט זיך, אזוי אידישט זיך” - אויך ביי אונז. דער ערשטער אספעקט איז א פאקוס אויף מענטעל העלט, סעלף-אימפראוומענט, פסיכאלאגיע, און טעראפי. דער צווייטער אספעקט איז דראג באנוץ, סיי פאזיטיווע, א שטייגער ווי אנטי-דעפרעסענטס, און סיי נעגאטיווע און שעדליכע א שטייגער ווי העראאין אדער פענטעניל. ביים טרעפפונקט פון די צוויי איז אוואו א שטויס פון פארשידענע סייקעדעליק דראגס/מעדיצינען פאלן אריין, א שטייגער ווי LSD אדער MDMA.

תורת הנפש

די היסטאריע פון עמאציאנעלן געזונט (אדער תורת הנפש, ווי עס איז אנגענומען עס צו רופן אין פרומערע קרייזן) איז רעלאטיוו ניי ביים היימישן ציבור. פאר צוואנציג יאר צוריק איז דער געדאנק פון גיין צו טעראפיע געווען היבש פרעמד. עס איז געווען עפעס פון וואס מ’האט נישט גערעדט ברבים, און עפעס וואס איז געווען רעזערווירט פאר א קליינעם צאל צעבראכענע נפשות. עס איז נישט געווען קיין געהעריגע באוואוסטזיניגקייט ביים ציבור, און געפילן איז נישט געווען עפעס פון וואס מ’האט גערעדט אדער אדרעסירט, טעראפיע אדער מעדיצינען מאן דכר שמיה.

די מהפכה ביים ציבור אין דעם געביט ציט אוודאי שטריכן צו אן ענליכער רעוואלוציע ביי דער אלגעמיינער מערב געזעלשאפט, און דורך פארשידענע פּיאָנערן, א שטייגער ווי הרב עי דזשעי טווערסקי וועלכער האט געהאט א פסיכאלאגיע קאלום אין “המודיע”; אריבער צו די ענגלישע מאגאזינען ווי “משפחה” און שפעטער “עמי” - וועלכע האבן גענומען א בכוונה’דיגע מיסיע אריינצוברענגען מענטל העלט מושגים אינעם מעינסטרים; דער שפרודלדיגער מארקעט פון זעלבסט-הילף ביכער; ביז צו מאמענט’ס “נפשי” מאגאזין אין אידיש, און א גאנצע רייע אנדערע פארמאטן און פלאטפארמעס וועלכע האבן אויפגעעפנט דעם נושא ביים ציבור - איז די היימישע גאס אריבער א מאסיווע טראנספארמאציע וועלכע האט געשלאגן טיפע ווארצלען און געעפנט א נייע וועלט. גיין צו טעראפי האט צוביסלעך אנגעהויבן פארלירן איר טיפע סטיגמע, מענטשן זענען געווארן באוואוסטזיניג איבער פארשידענע עמאציאנעלע געזונט פראבלעמען, עס איז געווארן נארמאל צו רעדן און אידענטיפיצירן אייגענע שוואכקייטן, אישוס, פראבלעמען, אדער סתם געביטן אין וועלכע מ’קען זיך פארבעסערן.

אז א אידישע מאמע אין דער פארגאנגענהייט האט געליטן פון פּאָסט-פּאַרטום דעפרעסיע האט זי אפטמאל ניטאמאל געוואוסט אז עס האט א נאמען און אז עס איז א נארמאלע ערשיינוג. היינט אבער זענען רוב מענטשן באקאנט מיט דעם מושג און אסאך פרויען וואס וואלטן אינעם עבר געליטן און געשוויגן מיט קאטאסטראפישע תוצאות - ווייסן היינט צו בעטן און באקומען די נויטיגע הילף און טריטמענט. אז א אינגל אין דער פארגאנגענהייט האט געליטן פון ADHD אדער אנדערע לערנען דיסעביליטיס, איז ער אין בעסטן פאל געווארן דעם מלמד’ס העלפער און אין ערגערן פאל האט ער געכאפט מכות רצח יאר איין יאר אויס. היינט אבער איז ב”ה דא א ריזיגער שינוי אין דעם נושא, און הונדערטער אויב נישט טויזנטער קינדער זענען נהנה פון א פארבעסערטן פארשטאנד איבער זייערע קלעמענישן און וויאזוי מ’קען זיי העלפן דערגרייכן זייער פאטענציאל.

די מהפכה האט אויך געפירט צו א שפרודלדיגער אינדוסטריע פון פארשידענע סעמינארן, גרופעס, לעקציע סעריעס, טעראפיסטן, און מומחים אין תורת הנפש, אזש ס’איז דא היינט א ריזיגער אויסוואל פון אלע סארטן מהלכים און שיטות, וכלים מכלים שונים. פון יודל מעלבער’ס “להשיג” שיעורים ביז די קאנטראווערסיעלע “קול השופר” (Call of the Shofar) ווארקשאפס; פון יום טוב גלעזער’ס The Possible You סעמינארן ביז די Journey To Home היפנאטעראפיע סעסיעס. די אויסוואלן זענען ענדלאז, יעדער מיט זיין אייגנארטיגן סטיל און דרך.

פארשטייט זיך אז אין א געמיינדע וואו אונזערע, וועלכע פלאגט זיך מיט שלאנג-אויל פארקויפער, שארלאטאנען, און סקעם ארטיסטן אין אלע געביטן, איז אויך דאס פעלד נישט איבערגעהיפט געווארן דורך אזעלכע וועלכע האבן געזען אינעם דארשט פאר זעלבסט-פארבעסערונג א געלעגנהייט צו מאכן אפאר דאלער אדער זאגאר אויפבויען א קולט, א שטייגער ווי דער דערמאנטער Call of Shofar וועלכער איז ברייט באשולדיגט געווארן דורך קריטיקירער אלס אזוינס. די פארלעסליכקייט און מעטאדן אין א זייט געלייגט, ווייזט זיכער די עצם עקזיסטענץ פון אזא עקספלאזיע פון אפציעס אויף א שטייגנדן פארלאנג פאר עמאציאנעלן געזונט.

א שמועס מיט מאו סרור, גרינדער פון פאפולערער ווארקשאפ נעץ ״דזשורני טו האום״ און פאפולערער ברעטווארק פראקטיצירער

סייקעדעליקס

פונקט ווי ביי טעראפיע, איז ביי דער געשיכטע פון סייקעדעליקס ביים היימישן ציבור אויך גילטיג דער כלל אז “וויאזוי עס גוי׳אישט זיך אזוי אידישט זיך”. סייקעדעליקס האבן א לאנגע און פארצווייגטע היסטאריע אין דער מערב וועלט. אנגעהויבן פון די פופציגער און זעכציגער יארן ווען סייקעדעליק סובסטאנצן ווי LSD און סילאסייבין זענען שטודירט געווארן פאר זייער פאטענציאל צו היילן גייסטישע געזונטהייט פראבלעמען, דערנאך פון די זיבעציגער יארן און ווייטער ווען א שטארקע בעקלעש האט געפירט דערצו אז די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאכט די סובסטאנצן אומלעגאל, און אריבער צו די לעצטע צוויי צענדליג יאר ווען די אינטערעסע ביי דער באפעלקערונג און ביי וויסנשאפטלער האט זיך צוריק אנגעצונדן. צווישן אנדערע האט דאס בוך How to Change Your Mind פונעם ניו יארק טיימס זשורנאליסט מייקל פאלען געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף דער אלגעמיינער אמעריקאנער גאס צו מאכן סייקעדעליקס ווידעראמאל מעינסטרים.

פאלען, וועלכער שרייבט אין זיין היבש-באלאנסירט און גוט-געפארשט בוך אז ער איז געקומען צו דער מסקנה אז ער קען נישט שרייבן איבער דעם נושא אָן אליין פרובירן און באקומען אייגענע ערפארונג דערין, האט געעפנט די וועלט פון נוצן סייקעדעליקס פאר א טערעפיואיק ציל פאר דער ברייטער אמעריקאנער באפעלקערונג, וועלכע האט ביז דאן אין מערסטנס טייל אסאסיאצירט סייקעדעליקס מיט דער “היפי” באוועגונג און רעקרעאטיווער באניצונג - עפעס וואס מ׳נעמט ווי אלקאהאל אדער קאנאביס, נישט עפעס וואס מ׳נעמט לתועלת.

Image of a donosaur
How to Change Your Mind

דראגס ביים היימישן עולם איז זיכער אויך נישט פרעמד, אבער צום ערשטן מאל איז עס מער נישט קיין אונטער’ן-טיש ערשיינונג וואס רעבעלישע צענערלינגען טוען מחוץ למחנה, כאטש דאס פאסירט נאך אוודאי ווייטער. עס שיינט אז מיר האבן גענומען א טריט אין ריכטונג פון דאס אויסנוצן צום גוטן (על כל פנים לויט די וועלכע האלטן אז דאס איז א גוטע זאך). עס איז שווער צו זאגן גענוי ווען און וויאזוי דאס האט זיך אנגעהויבן. אין איר בוך Exile & Ecstasy, שרייבט מעדיסאן מארגאלין (א קא-גרינדער פון Jewish Psychedelic Summit), אז דער זומער פון 2021 איז ביי היימישע אידן געווען “דער זומער פון ליבע”. מארגאלין קומט נישט פון קיין פרומער שטוב, אבער זי האט פארברענגט אסאך פון איר ערוואקסן לעבן דרייענדיג אין די צירקלען פון היימישע סייקעדעליקס באנוצער, און איר בוך שילדערט אסאך פון די כאראקטערן וועלכע געפינען זיך ביי דעם עולם.

Image of a donosaur
Exile and Ecstasy

אנדערש ווי רעקרעאטיוון דראג באנוץ, איז טערעפיוטיק באנוץ געווענליך אונטער’ן אויפזיכט פון א מומחה בתורת הנפש (צומאל זעלבסט-געקרוינט און צומאל מיט א לייסענס כאטש היילן מיט רוב סייקעדעליקס איז עפ״ר נישט לעגאל). צענדליגער היימישע קאוטשעס און טעראפיסטן שלאגן היינט פאר צו געבן פאר קליענטן פארשידענע סובסטאנצן מיט’ן ציל צו היילן כל מיני מכאובי הנפש. אבער דאס אליין אז מענטשן ניצן פריוואטערהייט סייקעדעליק סובסטאנצן פארוואנדלט דאס נאך נישט אין א באוועגונג, נאר ס’איז דער אויפשטייג פון סייקעדעליק צערעמאניעס וואס האבן ארויסגעברענגט דעם עסק פון א בין אדם למקומ׳דיגער באשעפטיגונג צו א סעמי-פובליק פארנעם, מיט א פאטענציאל צו ברענגען א מהפכה ביי ברייטע חלקים פונעם ציבור.

דער עיקר סובסטאנץ וואס ווערט היינט גענומען אין א גרופע פארמאט, איז אייאַוואַסקא, א משקה וואס פארמאגט אין זיך דעם DMT סייקעדעליק סובסטאנץ. עס זענען פארהאן היינט צענדליגער אייאַוואַסקא גרופעס פאר היימישע אידן, געפירט דורך היימישע אידן, מיט’ן ציל פון זעלבסט-וואוקס און היילונג. אין די צערעמאניעס, וועלכע דויערן געווענליך א גאנצע נאכט, זיצט מען מיט אן ערנסקייט און א שטיל שווייגעניש. מ׳נעמט פון דעם געטראנק וועלכע פירט אריין דעם מענטשנ’ס מוח צו אנדערע גאלאקסיעס, און פון צייט צו צייט זינגט מען צוזאמען ניגונים המעוררים את הלב, ביז’ן עלות השחר ווען די אפעקטן הייבן אן אויסוועפן.

אויף פאפיר, זענען די פיזישע אפעקטן פון זיין ״הויך״ אויף DMT אז מ׳הייבט אן זען קאלירן שארפער און הערן מוזיק קלארער. דער דמיון פונעם מענטש צעשפילט זיך און אסאך זעען פארשידענע ״מראות״ פון א שטויס פון קאלירן, געאמעטרישע מוסטערן, און א וועלט וואס ״אטעמט״. דער מענטש פארלירט דעם חוש פון צייט און פלאץ - מינוטן זעען אויס ווי שעה’ן און שעה’ן גייען פארביי אין מינוטן. עס איז נישט קלאר וואו דעם מענטשנ׳ס גוף ענדיגט זיך און וואו עס הייבט זיך אן די וועלט (דער וויסנשאפטליכער טערמין דערפאר איז ego dissolution). גייסטיש ווערט דעם באניצער’ס עמאציאנעלער סיסטעם גאר סענסיטיוו. אפטמאל דערמאנט מען זיך אלטע טראומעס (עכטע אדער פאנטאזירטע) און דער טרוקנסטער מענטש קען אויסברעכן אין געוויין. אנדערע שפירן אן אומבאשרייבליכע פארלייכטערונג ווי גלייך אלע צרות און עגמת-נפש צעגייען. אסאך פארציילן איבער מיסטישע אדער ספיריטועלע ערפארונגען וועלכע זייער מוח צעשפילט.

דאס איז אלעס אויף פאפיר. וויאזוי עס שפירט באמת איז נישט מעגליך צו שילדערן. ערשטנס ווייל עס איז אייגנארטיג און אנדערש פון מענטש צו מענטש. צווייטנס, איז דאס ווי גלייך מ׳זאל בעטן א מענטש מסביר צו זיין וואס איז דער טעם פון א באנאנע. דאס איז אן ״עקספיריענס״ וועלכע די וואס זענען דאס אדורך זאגן אז ווערטער זענען צו ארעם דאס צו ערקלערן.

אייאַוואַסקא

דער סייקעדעליק געטראנק וועלכע איז באקאנט אלס אייאַוואַסקא איז ״ערפינדן״ געווארן דורך שבטים וועלכע האבן געוואוינט אין די אמאזאנען בעפאר קאלומבוס האט אנטדעקט אמעריקע. פאר הונדערטער, אויב נישט טויזנטער יארן, האבן לאקאלע דאקטוירים און היילער געקאכט א געטראנק וועלכע באשטייט פון צווייגן און בלעטער, ערצייגנדיג א משקה המשכר המכונה בשם אייאַוואַסקא. די בלעטער, פונעם psychotria viridis פלענט, פארמאגט אין זיך נאטירליכע DMT, א שטארקער סייקעדעלישער סובסטאנץ. DMT פאר זיך גיבט א ״טריפ״ (וואו עס רופט זיך די ערפארונג וואס מ׳האט נאכ׳ן ווערן ״הויך״ אויף א דראג) וועלכע דויערט בלויז עטליכע מינוט. די צווייגן, פונעם ״banisteriopsis caapi vine״, האט אין זיך א סובסטאנץ וועלכער פאראורזאכט אז די DMT בלייבט שטעקן אין מוח פאר א לענגערער צייט. אינאיינעם, פאראורזאכט א קליין לחיים-גלעזל פון אייאַוואַסקא א טריפ וואס קען נעמען עטליכע שעה׳ן.

Image of a donosaur

א שאמאן גרייט צו די בלעטער און צווייגן צו אויפקאכן אייאַוואַסקא

דער אייאַוואַסקא געטראנק איז געניצט געווארן דורך שאמאנען און ספיריטועלע היילער אין די אמאזאנען צו היילן מענטשן בגוף ובנפש. ביז’ן היינטיגן טאג זענען פארהאן אסאך רעליגיעזע שבטים אין דרום אמעריקע וועלכע סערווירן אייאַוואַסקא בתורת רפואה. אין די לעצטערע יארן איז די בשורה פון אייאַוואַסקא אנגעקומען אויך אויף אמעריקע, וואו עס איז געווארן פאפולער צוליב שמועות אז עס העלפט שטארק צו היילן פארשידענע מענטל העלט פראבלעמען א שטייגער ווי דעפרעסיע, פּאָסט-טראומע סטרעס, און אדיקציע. אנהענגער זאגן אז אייאַוואַסקא גיבט פאר א מענטש צען יאר טעראפיע אין איין שאס. פארשטייט זיך אז דאס פעלד איז כמעט נישט שטודירט און עס איז שווער צו זאגן צי די בענעפיטן זענען טאקע דא, און עס איז נישט קיין וואונדער אז אסאך קריטיקירן שטארק די באוועגונג. בנוסף, וויבאלד סייקעדעליקס טוישן פיזיש די סטרוקטור אין מוח, על כל פנים אויף א צייטווייליגן פארנעם, טענה׳ן אסאך אז דאס צו נעמען איז א געוואלדיגע ריזיקע ווייל עס איז שווער פאראויסצוזאגן וויאזוי דאס וועט אפעקטירן דעם מענטש גייסטיש אינעם לאנגן טערמין.

ביי אידן איז זלמן שעכטער-שלומי, א געוועזענער ליובאוויטשער חסיד וועלכער איז אינספירירט געווארן פון די היפי באוועגונגען אין די זיבעציגערס, געווען פון די ערשטע אריינצוברענגען שאמאנען פון דרום אמעריקע צו פירן אייאַוואַסקא צערעמאניעס. א זיסע לעגענדע פארציילט אז ביי די צערעמאניעס לייגן די שאמאנען אויס פארשידענע רעליגיעזע ארטיפעקטן; זלמן האט געברענגט א שופר און דערפון געבלאזן בשעת דער צערעמאניע.

Image of a donosaur
זלמן שעכטער-שלומי מיטן דאלי לאמא אין אינדיע

דאס איז געווען מיט פערציג יאר צוריק, אויב נישט מער. היינט איז דא א שפרודלדיגער היימישער מארקעט פון אידן שומרי תורה ומצוות וועלכע דינען אלס שאמאנען און סערווירן אייאַוואַסקא צו גרויסע גרופעס פון צוואנציג-דרייסיג מענטשן. די צערעמאניעס קומען פאר תמידין כסדרן, אזש עס לאזט זיך זאגן אז עס גייט נישט דורך קיין וואך אָן א צערעמאניע אין א היימישן לאקאל ווי מאנסי אדער בארא פארק.

אויף קאווע שטיבל האט דער שרייבער ״שמן למאור״ געשריבן:

כ’האב לעצטנס גערעדט מיט א חשוב’ן רב וועגן וויאזוי מען קען שפירן גאט. האט ער מיר בתוך הדברים מגלה געווען אז ער האט שוין גענומען א טריפ אויף סייקעדעליקס. כ’רעד נישט דא פון עפעס א רעפארם ראביי מיט א געשניצט בערדל, איך רעד פון א חשוב’ן רב, א גרויסער תלמיד חכם, מיט א פלאכן הוט, בעקישע אינדערוואכן, א לאנגע ווייסע בארד און קרייזלדיגע פיאות. הקיצור, מיט די גאנצע קלאפער געצייג.

לעצטנס איז עס געפערליך פאפולער, Jordan Peterson איז אויך זייער פארנומען דערמיט. ער האלט אין איין זאגן אז מען האט א ‘רוחניות’דיגן’ עקספיריענס ווען מען נעמט דאס. אטעאיסטן האבן א גוד טיים מיט אים איבער דעם. איך האב גראדע מורא אז די סחורה האט אים קאליע געלייגט, ער איז עפעס אביסל פאררוקט לעצטנס.

למעשה האב איך שוין געהערט פון א געוויסן היימישן כופר וואס האבן עס פרובירט און געווארן א בעל תשובה נאכ’ן שפירן גאט. זעט אויס אז עפעס נעמט עס דעם מענטש אויף א געוואלדיגן רייד”.

מיין אייגענע אנעקדאטישע ערפארונג איז ענליך צו שמנ׳ס. רבנים, חשוב׳ע אידן, פני הציבור, זיצן אינאיינעם מיט אידן פון באלעבאטישע און ארבעטער קלאסן ביי פארשידענע סייקעדעליק צערעמאניעס, מיט’ן ציל זיך צו היילן און צו וואקסן בנפש.

צערעמאניעס

אין רעטראספעקט איז נישט קיין וואונדער וויאזוי די היימישע וועלט איז אנגעקומען צו דעם פונקט. אז מ׳קוקט אויף דער קאמבינאציע פון א באקוועמערן צוגאנג צו מענטל העלט בכלליות, די שטייגנדע אקצעפטירונג פון סייקעדעליקס אלס רפואה אין דער אלגעמיינער וועלט, דער אויפשטייג פון “ריטריטס” און סעסיעס, דער דארשט ביים עולם צו א מער פארפולנד לעבן, מיט א שפרינקל פון אבערגלויבן און צוטרוי - איז פשוט אז עס איז געווען בלויז א שאלה פון צייט בעפאר דאס ווערט א פאפולערער טרענד ביים ציבור.

פאראיאר ערב שבועות האט דער טיילמאל-קאנטראווערסיעלער חסיד’ישער זינגער און ארטיסט ליפא שמעלצער, ארויסגעגעבן א מעסעדזש איבער זיין היילונג רייזע וואס ער איז אריבער, וואו ער מאכט א קלארן רעפערענץ צו די ״הילינגס״ אין וועלכע ער איז ״געזעסן״, און רעדט פון די פאזיטיווע אפעקטן וואס די רייזע האט געהאט אויף זיין קאנסעפציע פון זיך אליין, און וויאזוי ער האט דאס געניצט זיך צו היילן פון נאכאנאנדן אביוז וואס ער איז אדורך שוין פון אלס קינד.

ליפא שמעלצער׳ס מעסעדזש אין אידיש. ער האט ארויפגעלייגט אן ענליכן מעסעדזש אין ענגליש און אין העברעאיש.

ליפא זאגט אינעם ווידעא אז עס איז א שאד צו פרובירן צוצוטרעפן פון וועלכן סארט היילונג ער רעדט, אבער אפגעזען פון די ספעציפישער צערעמאניע און הייל-מיטל, איז דער פאקט אז א פראמינענטער פיגור ווי ליפא רעדט ברבים צו טויזנטער יוטיוב צוהערער איבער ״הילינג״ און צערעמאניעס א צייכן ווי פארשפרייט דאס ענין איז.

בשעתו האט דער ווידעא פון ליפא געשלאגן ווארצלען סיי ביי אסאך וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט מיט זיינע ווערטער, בו בזמן וואס אסאך האבן אויסגעדריקט אנטריסטונג אז ליפא לופטערט ברבים פריוואטע מחשבות וואס באלאנגען צווישן אים, דעם רבוש״ע, און זיין טעראפיסט.

אבער ווער עס קען אביסל די אפעקטן וואס די סובסטאנצן האבן אויף מענטשן, זעט תיכף דערין דעם מהלך המחשבה וואס אסאך באקומען נאכ’ן דורכגיין אן ערנסטן טריפ אדער צוויי. דער לעגענדארער גרינדער פון עפל, סטיוו דזשאבס, באקאנט אלס א חדשן עצום אין דער וועלט פון טעכנאלאגיע האט געזאגט אז, ״נעמען LSD איז געווען איינס פון די וויכטיגסטע זאכן וואס כ׳האב נאר אמאל געטון אין מיין לעבן. LSD ווייזט דיר א צווייטע זייט פון דער מטבע, וואס מ׳פארגעסט טאקע איינמאל דער אפעקט לאזט נאך, אבער עס גייט אריין אין די ביינער. עס האט אין מיר פארשטערקערט מיין געפיל איבער וואס איז באמת וויכטיג: ערצייגן גרויסארטיגע זאכן, אנשטאט מאכן געלט״.

דזשאבס׳ אבזערוואציע איבער דעם כוח פון סייקעדעליקס צו עפענען דעם מוח אויף א פארנעם וואו קליינליכע פריאריטעטן ווערן מינדערוויכטיג און דעם מענטשנ׳ס פאקוס גייט אריבער צו העכערע און ברייטערע ענינים, איז א נקודה וואס אסאך וואס האבן דאס פרובירט דערמאנען אלס דער גרעסטער אפעקט פון זייער ערפארונג. מאיזה סיבה שהיא פאלן אוועק אסאך ״בלאקעדזשעס״, די פכים קטנים וועלכע שטערן און נודזשען א מענטש אין קאפ, און עס ערלויבט אים זיך אפצולאזן פון זיי און זיך קאנצענטרירן אויף וואס עס איז אים באמת וויכטיג; קוקן אויפ’ן ברייטערן בילד.

מאידך גיסא איז דאס עפעס וואס אסאך קריטיקירער ניצן צו צייגן ווי שעדליך עס קען זיין. ״טריפערס״ איז א ווארט וואס ווערט געניצט אין א נאגאטיווער קאננאטאציע צו באצייכענען איינעם וואס פארלאזט אינגאנצן דעם דרך ארץ פון ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה און א סטאבילן לעבנסשטייגער, נאכצולויפן א מ׳כלומר׳שט העכער לעבן. דזשאבס אליין איז באקאנט אלס איינער וועלכער האט געהאט אסאך מאדנע מיינונגען און געפיראכצער, און זיין איבערצייגונג אז ער קען היילן זיין קענסער מיט’ן טוישן זיין דיעטע האט ענדגילטיג געפירט צו זיין פריצייטיגן טויט. עס איז נישט מוכרח אז דאס איז געקומען פון זיין פאסט-סייקעדליק טויש אין מהלך המחשבה, אבער עס איז שטארק יתכן. ספעציעל אויב נעמט מען דזשאבס ביי זיין אייגן ווארט.

דער פאטענציאל פאר מהפכה

אויב איז טאקע דא א וואקסנדע פאפולעריטעט פון סייקעדעליקס בכלל און אייאַוואַסקא בפרט ביים היימישן ציבור, האט דאס מעגליך דער פאטענציאל צו פירן צו א מהפכה אויף א מאסשטעבליכן פארנעם. דער פאטענציאל פאר טאלעראנץ און ברייטקייט וואס דאס ברענגט אריין ביי אינדיווידועלע מענטשן, אינאיינעם מיט דעם קולטורעלן פאקוס ביי די סארט מענטשן וועלכע נעמען אנטייל אין אזעלכע צערעמאניעס נאכצולאזן פון די אינערליכע שדים און אריינלאזן ליכטיגקייט און ליבליכקייט אין הארץ, איז נישט עפעס וואס קען גענומען ווערן לייכט. דער פאזיטיווער טויש אין יחידי׳שע לעבנס קען - אויב פאסירט דאס אויף א געזעלשאפטליכן פארנעם - האבן א פלאטערל אפעקט צו טוישן אסאך פון אונזערע געזעלשאפטליכע מיחושים.

דער אמת איז אז דר. טימאטי ליערי, א קוריאזער (אסאך וואלטן געזאגט משוגענער) פיגור וועלכער איז געווען פון די הויפט פיאנערן פון LSD, האט שוין פאראויסגעזאגט אין די זעכציגער יארן אז אויב וועלן אלע מענטשן אויף דער וועלט אייננעמען א דאזע LSD וועט דאס ברענגען וועלטליכן שלום… לעצטנס האב איך געליינט אן אקאדעמיש פאפיר איבער דעם כוח פון אייאַוואַסקא צו זאגאר ברענגען שלום צווישן די ישראלים און די פאלעסטינער.

מיין פאראויסשאצונג איז אפשר פונקט אזוי לעכערליך ווי ליערי׳ס, אבער לאידך גיסא שלאג איך נישט פאר מ׳זאל אריינמישן LSD אין די מַצות פאר אלע רבנים, מנהלים, ראשי ישיבה, און עסקנים, און עס וועט פירן צו אן עולם התיקון (כאטש וואס דאס וועט זיכער פירן צו סדרים וואס אלע סדרים פון אלע עמי-הארץ דורכאויס אונזער היסטאריע הינטער וועמענ’ס פענסטער מ׳האט זיך געשטעלט כדי מיטצוהאלטן די תמימות און ריינקייט, קענען זיך דערפאר פארשטעקן…)

בסך הכל צייג איך אָן אז דער טרענד ביים עולם זיך צו היילן, דאס ווילן צו פירן א מער געזונט לעבן, און דאס באנוץ פון אזא מאכטפולן געצייג ווי סייקעדעליקס דאס צו עררייכן, איז נישט עפעס וואס מ׳קען איגנארירן. עס איז עפעס וואס אפעקטירט הונדערטער אויב נישט טויזנטער מענטשן אין אונזערע רייען, און עס וועט זיין גאר אינטערעסאנט נאכצופאלגן די געזעלשאפטליכע השפעה וואס דאס גייט מעגליך האבן.