יוֹנה פרעגט קשיוֹת
װאָס זוכט יוֹנָה מָצְאָה אויפן באַלעמער?
— כּאילו שבת הגדוֹל איז נישט גענוג כאַאָטיש אָן אים, הו?
— וואָס זוכט דער משוגענער דאָרט?
— ווער האָט דעם שייגעץ בכלל געלאָזט אַרויפגיין?
— אוי, זאָג מיר נישט. שוין ווייטער …
— עפּעס א הפקר וועלט דאָ?
— עפּעס פּורים היינט?
— היה לא תהיה!
— זאָל ער גיין איבערדרייען וואו נאָר ער וויל, אָבער נישט דאָ! בשום אין אוֹפן!
— פרעג אים צי ער איז גרייט צו קויפן מיין חמץ, נישט אום שבת גערעדט.
— יוֹנָה מָצְאָה בּוֹ מָנוֹחַ. חחח … בּוֹ מיינט באַלעמער, כאַפּסט? חחח.
— ער איז יעצט אָנגעקומען? ווייל ביים דאַווענען האָב איך אים נישט געזען.
— ווען זעט מען אים דען יאָ ביים דאַווענען?
— א רעגנבויגן עטרה? יוֹי, רבוש”ע!
— מסתם אַריינגעגעבן זיין טלית צו קלינען אויף פּסח, הו?
— ער האָט שוין זיכער קידוש געמאַכט, ווייל דער זכר שטייט דאָך נישט גראָד.
— די אויגן שטייען אים קיינמאָל נישט גראָד.
— פּעטש, נאָר פּעטש. כ’האָב עס שוין געזאָגט פאָריגע מאָל, און כ’וועל עס יעצט זאָגן נאָכאַמאָל: פּעטש — געזונטע פּעטש! אָלד־סקול איז די איינציגע שפּראַך וואָס זיי פאַרשטייען. ס’איז צייט אויסצוטון די זיידענע הענטשקעס. וויפיל נאָך גיימיר זיך דאַרפן אָנעסן פון זיי? וויפיל נאָך? האַ? כ’פרעג וויפיל נאָך!
— איינער דאַרף פּשוט אַרויפגיין און אים אָנכאַפּן ביים אויער. דעטס אָל.
— נוּ, פאַרוואָס טוט קיינער נישט גאָרנישט פאַרוואָס?
— פרישע זעק מיט שבת־הגדוֹל גאַרבעזש אויפצופּיקן.
— מ’העט דאַרפן כּשר’ן דעם באַלעמער.
— וואו זענען די עסקנים?
— טשעק צי אין ווייבער־שול זענען “פּערצופאַל” נישטאָ קיין קאַמערעס …
— שוין, ער וויל דווקא, לאָז אים דאָרט זאָגן א פּאָר ווערטער.
— עקזעקטלי. ער איז דאָך נעבעך א צעבראָכן קינד.
— א צעשאָסענע נשמה נעבעך.
— גם אני מצטרף. איז דען ווערט צו מאַכן א מחלוקת?
— קיין שטונק איז זיכער נישט ווערט צו מאַכן.
— מ’דאַרף היינטצוטאָגס שטאַרק אָבאַכט געבן. נייע צייטן. אַן אַנדער וועלט.
— קלאָר נישט ווערט.
— וואָס קען ער שוין זאָגן? אין ערגסטן פאַל?
— כ’בין סורפּרייזט אַז ער קען אפילו עברי. ער איז דאָך אַן עם־הארץ מדאוֹרייתא.
— ער קען נישט און כ’בין נישט סורפּרייזט. ער קען דעם אייגענעם נאָמען נישט אַרויסזאָגן.
— נוּ? לאָז געמאַך. אויף ענגליש זאָגט מען “פּיק יור בעטלס.”
— כ’בין מחולק. כ’פאַרשטיי בכלל נישט וואָס דאָ גייט פאָר. כ’האָב שוין געפרעגט איינמאָל און כ’וועל פרעגן נאָכאַמאָל: ס’איז עפּעס פּורים היינט?
— גראַדע יאָ, אַביסל פּורים. נאָר איר מעגט קומען אין שול פּונקט די וואָך מיט אַן אָפּגעבאַקענעם מצה־שטריימל, כאַלאַט־בעקיטשע מיט גראָדע קעשענעס, ווייסע זאָקן מיט גראָבע בענדל־שיך, און א געלן הקדש־טלית מיט א צעפליקטער און צעפאָכעטער עטרה? וואָס איז די מעשׂה מיט די לויזע שורוֹת צעבויגענע גלעקלעך וועלכע פּאַטשן אַרום אויף דער פריי ווי א פּאָר אַלטע אָפּגעהאָרעוועטע בולקעס? ס’וואַלגערט זיך ביי אייך אינדערהיים א טוץ טליתים, אָבער יאָר־איין יאָר־אויס קענט איר אויף שבת הגדוֹל ממש נישט האָבן קיין אַנדער טלית אַלץ ווייל פּסח, ס’ווייב, די גויטע, און די קלינערס?
— נוּ, ער וואָלט דאָך שוין געקענט זיין פערטיג. לאָז אים רעדן דאָרט.
יוֹנָה מָצְאָה:
רבוֹתי, חז”ל שרייבן שוין אַז אין בן גרינער יֵצֶר־טוֹב בא אלא בהיסח הדעת. די מפרשים זשאַלעווען נישט קיין שום צייט, נאָר שטעלן זיך דערויף תּיכּף ומיד, כּולם פּה אחד, מיט א באָמבע־קשיא מרפסין איגרא: אבל איך מסיחים דעת מהגרינעם? נאָר קשיוֹת, פלעגן מיינע מלמדים זאָגן, וועסטו פרעגן ביי דער סדר־נאַכט. דער בית־יוֹסף איז אָבער נישט צופרידן פון דאָזיגן תּירוץ: “איצט איז דאָך די סדר־נאַכט, סטופּיד!” שיסט ער אַריין אין די הויכע ספערן א באַליסטישע קשיא וואָס שמעטערט נאָך א קורצער ווייל צוריק אין אונזער אַטמאָספערע אַריין און לעכערט די ערד ווי א x 1018 (זיפּל).
— זיי מסביר.
ר’ איזי דער פיזיק־מלמד וועט שוין מסביר’ן.
— מ’זאָגט אפשר היינט א חלק פון הגדה, אָבער ס’איז דאָך טאַקע נישט די סדר־נאַכט?
מ’רעדט דאָך ווען מ’האַלט שוין יאָ ביי דער סדר־נאַכט. א סך האָבן שוין פּראָבירט. א גאַנץ יאָר האָבן זיי זיך אַרומגעדרייט אָנגעשוואָלן מיט שאלוֹת און געגאַרט אויף דער נאַכט פון זאַלצוואַסער צו קענען אַראָפּלאָדן די משׂא פון די הערצער. ווי פאַרשטענדליך אָבער זענען זיי באַלד פאַרשריגן געוואָרן: פּונקט אין אַזאַ הייליגער נאַכט מוזטו רעדן דיינע דברים בטלים? הקב”ה בכבוֹדוֹ ובעצמוֹ שוועבט דאָ אַרום מיט אַן אָנגעשפּיצט אויער און וויל שעפּן אַביסל נחת פון זיין פאָלק, און דו האָסט נישט בעסער וואָס צו טון נאָר פרעגן שטותים? די פּמליא של מעלה פלאַטערט דאָ אַרום, פּראָבירט אויפצוכאַפּן אַביסל טייטש אויף פּקודא בתר דא ווייל דער לימודי־קוֹדש קוריקולום שליסט נישט איין קיין אַראַמיש, און דו ביסט פאַרנומען מיט נאַרישקייטן? אליהו הנביא קומט זופּן פונעם גרויסן כּוֹס, און דו מאָלסט וואַסער? פאַרשעמסט מיך, פאַרשעמסט דיך, פאַרשעמסט די גאַנצע משפּחה, פאַרשעמסט דעם, פאַרשעמסט יענעם, דאַרפסטיך שעמען, מוזטיך שעמען, זאָלסטיך שעמען, וועסטיך שעמען, שעם דיך אַהער, שעם דיך אַהין — שעמסטיך אפילו נישט?
בקיצור, מ’פירט זיך צו עסן אייער, מ’פירט זיך אָנצושפּריצן אַלץ און אַלעמען מיט גרעיפּ־דזשוס, און מ’פירט זיך אויך זיך צו שעמען פון אַלע זייטן. קיין קשיוֹת פירט מען זיך אָבער נישט צו ענטפערן, אויסער, פאַרשטייט זיך, דערלאַנגען די הונגעריגע מיילער דעם גלאָררייכן עֲבָדִים הָיִינוּ — דער ספּעציעלער תּירוץ du jour וואָס זיצט אויפן מעניו פאַר לפּחוֹת צוויי מעת־לעת און באַפרידיגט בטוב טעם ודעת א קוואַרטעט פון בייסיגע שאלוֹת וואָס שלאָגט זיך אַרויס פון מה־נשתּנה — די יערליכע סענזאַציאָנעלע רענדיציע פון נחת, פּאָמ־פּאָמס, און א געהאַקטער עברי.
משל למה הדבר דוֹמה?
— אָט אַזוי. גענוג מיט דער געשעמעכץ. א דרשה אָן קיין משל איז קיין נמשל נישט.
שאַרלאַטאַנען, רעכט־געפליגלטע אַמעריקאַנער ניסלעך, וועלכע יאָגן זיך נאָך יעדער מאַסן־שיסעריי — אויך באַקאַנט אַלס מיטוואָך אין אַמעריקע — צו פאַרפּעסטיגן דעם דעת־הקהל מיט א פאַרדאָרבענעם רויטן הערינג. יאָ, זאָגן זיי, געוויס מוז מען טאַקע האָבן אַן ערנסטע דיסקוסיע איבער דער עפּידעמיע פון אויסקוילן א חדר, שאָפּיניג־צענטער, בית־מדרש, צי וואו נאָר יעדעס מאָל א שטימע צערעדט זיך ביי עמיצן אין קאָפּ — נאָר איצט, דרייען זיי דעם שֶׁבְּכָל הַלֵּילוֹת דווקא מיטן מיטלסטן פינגער, איצט ווען אומשולדיג בלוט איז נאָך תוֹסס ומרתיח איז פּשוט נישט די צייט אויפצוברענגען די וואַנזיניגע אָפּאָזיציע צו אפילו די מינדסטע רעגולאַציעס וואָס אָנבאַלאַנגט א הפקרות פון געווער אין די הענט פון משוגעים. זאת ועוֹד, שרייען זיי, גאָנס זענען בכלל נישט די פּראָבלעם …
— נאָר וואָס איז די פּראָבלעם?
מענטאַל העלט.
— אַה! ובכן?
ובכן? ובכן צדיקים יראו וישמחו. ובכן איז הויך צייט אַז מיר לייגן אַוועק אַלע פּאָליטישע אַגענדעס און פּריוואַטע אינטערעסן אין א זייט, און אַלס געזעלשאַפט קלייבן מיר זיך צונויף כּאיש אחד בלב אחד, אַנטשלאָסן זיכערצומאַכן אַז די גייסטיג־צערודערטע קריגן די הילף וואָס זיי דאַרפן און מיר פאַרנאַכלעסיגן.
— אַזוי? צוואָנציג מאָל אדרבה! מ’זעמיר מוכן ומזומן צוצושטעלן די נויטיגע הילף …
נאַ־נאַ־נאַ, אויסדריקליך ניין! צוטריט צו הילף איז דאָך העלטקעיר, און העלטקעיר איז דאָך סאָציאַליזם, און סאָציאַליזם איז דאָך ווענעזועלע, דשתה למיא, דכבא לנורא, דשרף לחוטרא … חד גדיא גד גדוד יגודנו גדודה גדוֹלה, און גוט מאָרגן — ס’איז שוין נאָכאַמאָל מיטוואָך.
נאָר צוריק צום פּקודא בתר דא … ס’איז ליידער נישט קיין סוֹד אַז היסח הדעת האָט זיך אַריינגעכאַפּט ביי מאַנכע איבער דער געבורט פון א נייעם קאַפּיטל צום גרינעם יֵצֶר־טוֹב. אָבער ווי ס’זאָגט שוין הרב שלוֹם שטיסל: אסור להתייאש.
— נוּ, קום שוין צום פּינטל. פאַר א שוואַרץ יאָר. דזשיזע ….
דער גרינער יֵצֶר־טוֹב וועט בשעה טוֹבה ומוצלחת מאַכן דעם יוֹם־טוֹב א שֶׁהֶחֱיָנוּ אויף א שפּאָגל־נייעם קאַפּיטל.
— נאָמען?
נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב.
— נאָך וועמען?
קשיוֹת וועסטו פרעגן ביי דער סדר־נאַכט. נאָר פּסח איז דאָך א זמן הגאולה, און בימוֹת המשיח, ווי באַקאַנט, וועט מען פּסק’נען ווי בית־שמאי. און היוֹת אידן דאַרפן צידה לדרך ביים כאַפּן ביזת היוֹם, האָט מייסטערוועק סוֹף־סוֹף באַשלאָסן צו גיין מיטן קאָנסערוואַטיוון מהלך פון מחד שביך לשבתיך — יוֹנָה מָצְאָה וועט אייך היי יאָר אי”ה באַגלייטן מיטן נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב אַריבערן ים־סוף.
— ווען שפּרינגט דער שפּאַנענדיגער נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב אַרויף אויף מייסטערוועק?
ערגעצווען אין די טעג ווען מ’שליידערט אַרויס דעם לֹא לָנוּ און אָהַבְתִּי פון הַלֵל. ווי מרת אָבאַמאַ האָט געזאָגט: ווען זיי גייען נידריג, גייען מיר הויך. וואָס ווייסט א גוי? אין מקווה שושקעט מען זיך אַז הגם דער נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב קומט אויף די צווייטע טעג, וועט מען אים נאָך יאָ דאַרפן לייענען אָנגעלענט.
נאַט אייך א ליסטע פון קשיוֹת. אויב קענט איר נישט טרעפן די תּירוצים ביז שביעי־של־פּסח, דאַן וועלן אייך די תּירוצים בעזהשי”ת אַנטקעגנלויפן באוֹתיות מאירוֹת ומחכימוֹת אינעם שפּאַנענדיגן ״נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב״.
אין קורצן פון פריער:
אין קומעדיגן קאַפיטל:
פאַרוואָס און מיט וויפיל הענט האָט שמואל דוד באַפוילן מיילעך שיע’ן אָנצוכאַפּן דאָס קאָנטשאָ?
וואָס זענען די געאָפּאָליטישע קאָנסעקווענצן פון נישט פאַרמאָגן קיין קלאָרע דעמאַרקאַציעס צווישן באָרד און פּאוֹת? וואָס פּאַסירט ערב־שבת, נאָך דער מקווה, ווען א ציכטיגער באַשאַף הייבט אָן ברומען דעם יִשָּׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת?
וועלכער פאַרצייטישער סטאַטוס־קוואָ איז גאַראַנטירט כּל־זמן צדיקים ווערן נישט מגלגול אין קוגל?
וואָספאַראַ סטראַטעגיע שפּאַנט דער כיטרער שיעור־פּאה איין איבערצוקליגלען דאָס גבחת?
וואו האָט די דיקע פליג וועלכע איז אַרויסגעשפּרונגען פון יחזקאל זושא’ס קלאָטשקעוואַטער באָרד געלאַנדט?
וואָס האָט דער אַרענדאַר געטראָפן נאָך קידוש־לבנה ביים קצב אין אתרוג־פּושקע?
וואָספאַראַ סטראַטעגיע שפּאַנט דער מאָגן איין זיך צו פּאָסמאַקעווען אויף א פרישער סעודה טראָץ דעם וואָס ער געפינט זיך נאָך אונטערן בוזשעווענדיגן רוֹשם פונעם תַּנָא הָאֱלוֹקֵי ר’ חִידְקָא?
וואָס איז די איינע זאַך וואָס מ’קען לייגן אויף דער אַנדערער זייט וואָגשאָל כּדי איבערצואוועגן שווערע זעק, גלגולים, מלאכים, תּוֹרוֹת, און פּלאַנעטן?
וואָס דרינגען חז”ל פון פּסוק’ס טריפּלטן לשוֹן צָנוֹף יִצְנָפְךָ צְנֵפָה כַּדּוּר?
פאַרוואָס שטייט שמואל דוד גאָלדבערגער ביי חוּפּוֹת מיט א טעלעפאָן אויסגעשטרעקט אין דער הייך?
ווער איז דער פּיאָניר פון ישועה־שיפּינג בוֹ־ביוֹם — א פּאַראַדיגמע־טויש אינעם אינדוסטריע־סטאַנדאַרט פון פערציג טעג?
וואָס טענה’ט אָשי יאַקאָבאָוויטש איז “ריין סאָשאַליזם”?
וואָספאַראַ סטראַטעגיע שפּאַנט די פּאָר ברייטע הויזן איין זיך אָנצופייפן מיט עזות אויף די כּוֹחוֹת פון גראַוויטעט?
וואָס איז דער טעם פאַרוואָס ערליכע אידן עסן שבת־זכוֹר אויך צוויבל־קוגל אין צוגאָב צו עמלק’ן?
וועלכן חפץ־של־מצווה האָט נתן נטע געניצט צו רייניגן די ברילן־שייבלעך?
וועמען און פאַרוואָס רופט מען צו כּשר’ן קאָמערציעלע קיכן ווען זאַכן ווערן קאָמפּליצירט?
וואָס קויפט שמואל דוד אין בתּי־מדרשים פונעם אומאָפּהענגיגן אָרטאָדאָקסישן אידנטום?
וואָס טוען אידן אין א לאַנגן דינסטאָג ווען ס’טרעפט זיך נישט קיין קאַנדידאַט אויף סעודת הוֹשֵׁעַ בֶּן בְּאֵרִי?
ס’טיפע שיסל האָט געבלעזלט מיט כלערליי שאַטירונגען פון וועלכער פאַרב?
פאַרוואָס און אויף וועמען האָט נתן נטע זיך געבייזערט אַז יענער רעדט ווי אַנויפגעקלערטער דורך־און־אַ־דורך?
פאַרוואָס האָט נתן נטע’ס טאַטע געשפּעט פון הלל מאיר’ס חידושי תּוֹרה אַלס חידושי תּוֹרא?
בְּבִרְכַּת מִי שֶׁעָנָה לְיוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּגָה הוּא יַעֲנֵנוּ.