ImageAlt.

דער גרינער יֵצֶר־טוֹב 3#

אין קורצן פון פריער:

אהרן שלמה טענענבוים נעמט זיין דרייצן־יעריגן מיילעך שיע'ן תּפילין־לייגן ביים הייליגן קאַריפּראַזינער צדיק. מיילעך שיע מאַטערט זיך דאָרט מיט א שחרית וואָס קריכט פּאַוואָליע איבער בערג און טאָלן. א באַדייטנדיגער פאַקטאָר אין צעפּלאַצעניש איז דער שלעכט־געבונדענער קשר של־רֹאש וועלכער זייט אָן כאַאָס איבערן גאַנצן געביין. אהרן שלמה שיקט דעם קומעדיגן טאַג מיילעך שיע'ן צו פאַרריכטן די תּפילין־קשרים ביי שמואל דוד גאָלדבערגער. שמואל דוד איז א נאָנטער ידיד וועלכער קומט יעדן אויפדערנאַכט צום שיעור מַחְכִּימַת־פֶּתִי וואָס אהרן שלמה לערנט פאָר אין סערטראַלינער שול …

שמואל דוד איז א כּלל־טוער אין די הויכע בינה־יאָרן — א פעטלייביגער, רויט־באַוואָקסענער אַלצווייסער מיט אַן איינצלנער צעשמיסענער אויגן־ברעם. זיינע וואַסעריגע קריסטאָלענע אויגן הענגען אים פון די לעכער, פירן געשעפטן אויפן וואונק, און שפּריצן מיט ביטול אויף אַלץ און אַלעמען. א הוט טראָגט ער א שטאָפענעם, א פּיצינקן, פאַרהאַקט אויפן שפּיץ ווי א פּאָר מאָגערע לוּחוֹת אויפן גראָבן אָרוֹן־הקוֹדש. שטיקער סאַמעטענע קאַפּל שמוגלען זיך אַרויס פון די ענגע הוט־ראַמען און הייצן אים אונטער די פּאוֹת. דער כיטרער שיעור־פּאה קומט צו קריכן מאחוֹרי — א פרומע סטראַטעגיע איבערצוקליגלען דאָס גבחת. נאָר קיין קלאָרע דעמאַרקאַציע עקזיסטירט נישט צווישן באָרד און פּאוֹת. שיטערע געהענגלעך פּאה פאָכען אַרום אינעם גאַנצן צפוֹן־ראַיאָן, פּלאָנטערן זיך אין די ברילן, שמעקן אַביסל אַריין אין פּרצוף, און ווערן נעלם אין די פאַרצווייגענישן פון א באָרד וואָס הייבט זיך אָן טיף אין די אויערן און לאָזט זיך אויס א טפח אונטערן נאָפּל. בימי החוֹל, לצוֹרך פּרנסה, דרייט ער צונויף דאָס צעפאָכעניש אין א געדיכט האָר־קניידל, פאַרקלעמט מיט א קיימא־לן פון פיר גומעלעך. די פּרעכטיגקייט במלוֹאה וויקלט ער אַרויס ערשט ערב־שבת, נאָך דער מקווה, ווען א ציכטיגער באַשאַף הייבט אָן ברומען דעם יִשָּׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת.

שמואל דוד רעזערווירט זיך עוֹלם־הבא מיטן נאָכיאָגן עקזאָטישע מִצְווֹת: שמיטה־ביימער אין ארץ־ישראל, בתּי־חיים אין אייראָפּע, מקוואוֹת אין אַמעריקע, שילוח־הקן אין אַרגענטינע, ראשית־הגז אום חוֹל־המוֹעד, פּטר־חמוֹר אום זאת־חנוכּה, און א הייפל אַנדערע שׂכר־איניציאַטיוון מיט פעטע וועקסלען ביים הימלישן פינאַנץ־מיניסטעריום. ער עפענט זיך ברייטהאַרציג דעם טייסטער צו צדקה־צוועקן וועלכע אָפּערירן אונטער סאַמע נעגל פון סיטרא־אחרא — געוואַגטע רעטונג־מיסיעס לטוֹבת פאַרכאַפּטע נשמוֹת. גאָרנישט צעלאָזט זיין האַרץ ווי א וואַנט אין בית־מדרש אָנגעשמירט מיט שמד־דראַמאַ; דער זעלבער בלוטיגער פּלאַקאַט אויסגעהאָנגען דרייסיג שטיק אין דער ברייט און אַכצן אין דער הייך.

שמואל דוד כאַפּט אַריין אויך די מִצְווֹת קַלוֹת שֶׁאָדָם דָשׁ בַּעֲקֵבָיו. ער וואָלונטירט, א שטייגער, מיטצוזאָגן פרייטאָג־צונאַכטס דעם וַיְכֻלוּ מיט יעדער פאַרשלעפּטער רעזשוואָלקע וואָס האָט פאַרפּאַסט קהל’ס געזאָגעכץ; ער שלאָגט אַרויס א בָּרְכוּ פון פּיסק תּיכּף פאַרן עָלֵינוּ לְשַׁבֵּחַ פון סיי וועלכער גרינער שחרית וערבית; ער שלייכט אַריין אַן ענטוזיאַסטישן ‘ךְ־הוּא־וּבָרוּךְ־שְׁמוֹ צו בִּרְכוֹת הַנֶּהֱנִין וואו עוֹלם איז קאָנצענטרירט בעיקר אויפן אָמֵן; ואחרוֹן חביב, ער שטייט ביי חוּפּוֹת מיט א טעלעפאָן אין דער הייך און שטעלט צו לייוו־הוקאַפּס פאַר אור־עלטערן וועלכע פּוסטעווען אין מוֹשב־זקנים — זיי לעבן שוין נישט גענוג זיך צו באַטייליגן מיטן גוף, אָבער זענען נאָכנישט גענוג טויט אַראָפּצוקומען מיט דער נשמה פון גן־עדן.

דער גרעסטער בעלן איז שמואל דוד אויף מִצְווֹת וועלכע אָנגעהערן דער אַכילה. א מנהג ישׂראל, כּמובן, טראָגט ביי אים דאָס זעלבע געוויכט ווי א דאוֹרייתא. שבת עסט ער גראָדע לאָקשן, יוֹם־טוֹב עסט ער פיר־קאַנטיגע לאָקשן, און פּסח עסט ער אייער־לאָקשן. ער פאַרגעסט נישט פונעם באַשעפער אויך אין פּאַרווע ימים־טוֹבים: פּסח־שני עסט ער מצה; ערב־פּסח, חמץ; ערב יוֹם־כּיפּור, שמש’ס מזוֹנוֹת; חנוכּה, לאַטקעס; און חמשה־עשׂר בשבט — אתרוֹג־דזשעלי. די נַחֲלָה בְּלִי מְצָרִים וואָס וואַרט אים אָפּ אויף יענער וועלט פאַרן מענג זיין דעם שבת איז אוממעגליך פאַר אונזערע קליינע מוֹחוֹת צו באַגרייפן, אָבער דער צעגאָסענער גוף זיינער אויף דער וועלט קענען מיר יאָ אָבזערווירן: פליישיגע כוואַליעס רוישן ביי די ברעגעס פון זיין גרויסן גליווערדיגן בויך — זיי פליסן אַריין מיט א קערעסטירער אימפּעט אין ברייטע הויזן פאַרזיפּערט בלויז למחצה ולשליש. אָט די הויזן וויגן זיך אין דער לופטן א דאַנק דער השגחה עליוֹנה פון דריי־אינטשיגע שלייקעס — פייפן מיט עזות אויף די כּוֹחוֹת פון גראַוויטעט.

שמואל דוד פּערסאָניפיצירט דעם טיפן בונד און ליבשאַפט צווישן כּנסת־ישׂראל און קוגל. שבת־זכוֹר פאַרטיליגט ער א מינימום פון פיר סאָרט קוגלען צו באַפרידיגן דעם עמלק־אַקראָסטיך: עפּל, מעל, לאָקשן, און קאַרטאָפל. ער איז אויך מוֹסיף צוויבל־קוגל צו דעקן אוֹת צ’ וואָס דינט אַלס רוקנביין אינעם אָץ קוֹצֵץ בֶּן קוֹצֵץ … ער איז אויסגעקאָכט אין יעדן חסידישן מאמר, מעשׂה, און מוֹפת וואָס אָנבאַלאַנגט קוגל. ער ווייסט מיט וועלכן קוגל מ’קען לויט וועלכן צדיק פּועל’ן וועלכע ישועה, היילן וועלכע מחלה, מתקן זיין וועלכן חטא, און מעלה זיין וועלכן ניצוץ. ער ווייסט פון די גרעסטע בעלי־עבירה וועלכע האָבן זיך אומגעקערט צו אידישקייט בלויז א דאַנק קוגל. ער ווייסט וויפיל זעק, גלגולים, מלאכים, תּוֹרוֹת, און פּלאַנעטן מ’קען אַלץ לייגן אויף דער אַנדערער זייט וואָגשאָל — קוגל וועט פאָרט אַלץ איבערוועגן. ער ווייסט וועלכע צדיקים האָבן מעיד געווען אַז די גאַנצע סיבה פון אַראָפּקומען אויף דער וועלט איז בלויז צו קענען עסן קוגל אום שבת. ער ווייסט מיט וועלכן קוגל דער דריטער בית־המקדש וועט געבויט ווערן — ער ווייסט וועלכן קוגל יעדער פון די זיבן אושפּיזין בעפאָרצוגט צו דער סעודה מיטן שוֹר הבוֹר און לוויתן.

שמואל דוד איז פּונקט אַזוי באַהאַוונט אין די געטליכע פּאָטענצן און מעדיצינישע אייגנשאַפטן וועלכע ליגן פאַרקערפּערט אין אַלע אַנדערע מאכלי שבת; ער איז באַהאַוונט אין די חיובים וועלכע ליגן אויף יעדער אידישער נשמה צו שלינגען פון וועלכן מאכל ווען, וויפיל, און וויאַזוי. פיש איז דאָך אָפּגערעדט — דער פיש־דעפּאַרטמענט איז די סאַמע גרעסטע גאַסטראָנאָמישע אָפּטיילונג אינעם חסידישן פאָלקלאָר. דאָס נישט עסן קוגל אום שבת איז טאַקע יהרג ואל יעבוֹר, אָבער די פּראָמינענץ פון פיש פאַרמאָגט נישט קיין גלייכן. ס’שווימען אינערהאַלב די לעבעדיגע וואַסערן פון דער חסידישער ליטעראַטור לפּחוֹת פינף מאמרים מיט פלוספעדערן און שופּן קעגן יעדן איינעם קוגל־מאמר. קוגל איז טאַקע חשוב און טייער, אָבער פיש איז פאָרט גאַראַנטירט דעם טראָן — געוויס כּל־זמן צדיקים ווערן נישט מגלגול אין קוגל.

די ניצוצוֹת פון קאָצקער הערינג, אַפּטער יאַפּטשיק, און זידיטשובער יאַכנון איז שמואל דוד מעלה אויסשליסליך ביי סְעוּדָתָא דר’ חִידְקָא וואָס ער פּראַוועט בעפאָר דער בייטאָגיגער סעודה, נאָך מיטן טלית אויף די פּלייצעס. ער איז א איד א מחמיר, און סתם א ונפסקה הלכה כרבנן לאָזט ער פאַר בדיעבד־אידן. ר’ חידקא’ס עַל כֵּן בֵּרַךְ שווענקט ער געווענליך אַראָפּ מיט א שֶׁהַכֹּל. אויב נאָכן אַרויפשאַרן די ברילן אויפן שטערן פאַרמאָגט דאָס פלעשל ברוינפן נאָך אַלץ נישט קיין הכשר־זיגל, דאַן ווייסט ער גענוי וועלכע כּשרוֹת־ליסטע אויטאָריזירט דעם ברוינפן, און אויך די סיבה דערונטער. אַלע ווייסן אַז כּדאי הוא ר’ שמואל דוד לסמוֹך עליו, ווייל כּשרוֹת איז א תּחום אין וועלכן ער פאַרמאָגט עקספּערטיז נאָך פון זיינע יונגע יאָרן אַלס משגיח אין די מרחקים — מ’רופט אים נאָך אפילו היינט צו כּשר’ן קאָמערציעלע קיכן ווען זאַכן ווערן קאָמפּליצירט.

ר’ חידקא’ס סעודה קולמינירט זיך אין א שפּאַציר אונטערן הימל. שמואל דוד שלעפּט אַרום זיין פּעקל שמאַלץ אין א דינער כאַלאַט־בעקיטשע, פּאַוואָליע, מיט א נשימה גדוֹלה פון נאָז פּער פּסיעה קטנה פון פיס. אויב שיינט די זון, דאַן גייט ער אין פּאַפּאָטשן אַנשטאָט שיך. די בחורים און אינגלעך זיינע נעמען אַנטייל אין דאָזיגן שׂישׂוּ־בני־מעי פּאַראַד. ס’ווייב און די טעכטער רוימען אין זעלבער צייט אָפּ אֵת כָּל מַה שֶׁהִשְׁאִיר הַבָּרָד און גרייטן צו דעם טיש אויפסניי. שמואל דוד לעבט מיט ביטחוֹן אַז מאן דיהיב יאַפּטשיק יהיב אַפּעטיט זיך צו פּאָסמאַקעווען אויף א פרישער סעודה, טראָץ דעם וואָס דער מאָגן געפינט זיך נאָך אונטערן בוזשעווענדיגן רוֹשם פונעם תַּנָא הָאֱלוֹקֵי ר’ חִידְקָא.

דער רבוש”ע שענקט שמואל דוד’ן א נייעם אַפּעטיט נישט אין פערציג טעג, נאָר אין פערציג מינוט. ער מאַכט נאָכאַמאָל קידוש, דאָסמאָל אויף וויין — סְעוּדָתָא דְעַתִּיקָא קַדִּישָׁא. ער שמייסט אַרויף א האַנטוך אויף דער פּלייצע און רייבט זיך די לאַפּעס צו נְטִילַת־יָדַיִם ווי א הונגעריגער בער נאָרוואָס אַנטוועקט פון היבערנאַציע. ס’שמייכל ווערט אים אַנטרונען אויב איז דער פּלאַץ אָדער מאָס פונעם זילבערנעם זאַלצמעסטל נישט הונדערט פּראָצענט לויט זיינע באַפעלן און דערוואַרטונגען. ער פאָלגט אויס, ווי יעדער רעכטפאַרטיגער איד, די שטרענגע פּראָטאָקאָלן אַרום אֲחִיזָה און בְּצִיעָה; פאַראַן א רעכטע חלה, לינקע חלה, אויבערשטע חלה, און אונטערשטע חלה — א פאַרצווייגטע וועלט פון הלכה און קבלה אויסבאַהאַלטן אונטערן שווערן פּלאַסטיק פונעם ווייס־באַגילדעטן חלה־דעקל.

שמואל דוד באַטאַפּעוועט די לֶחֶם חֲמוּדוֹת, קריצט אַרום מיטן מעסער אוֹת י’, די חלה גופא רעפּרעזענטירט אוֹת ו’, און די צען פינגער ביישטייערן צוויי מאָל אוֹת ה’ — שם הוי”ה. ער נאָעוועט אָפּ אַזוי לאַנג ביז ס’ווייב, פּעסל מרים, קומט הערן די הילכיגע הַמוֹצִיא כּדי יוֹצא צו זיין איר חוֹב פון לֶחֶם מִשְׁנֶה, און היידאַ! ער זעגט די חלוֹת פונאַנדער לִשְׁנֵים עָשָׂר נְתָחִים. מאַסן ברעקלעך שפּריצן מיט א ראָפּאַגאָשן פּאַטאָס אויפן געצאַצקעטן חלה־ברעטל — א קונסטווערק פון גאָלד, זילבער, גלאָז, און האָלץ, איינגראַווירט מיט א לְכָבוֹד שַׁבָּת וְיוֹם־טוֹב פון אויבן, א הַמּוֹצִיא לֶחֶם מִן הָאָרֶץ פון אונטן, א זָכוֹר אֶת יוֹם הַשַּׁבָּת לְקַדְּשׁוֹ אין סאַמע צענטער, צוויי געפלאָכטענע חלוֹת אויף דער רעכטער זייט, א לייכטער מיט שבת־ליכט אויף דער לינקער זייט, און א שטיקל בית־המקדש מיט אויך עפּעס קבר־רחל אַריינגעקוועטשט ערגעצוואו ביי די עקן. ער טיילט אויס רעפטלעך פאַרן הויזגעזינד ווי דיקטירט לויט די תּקנוֹת פון רַבֵּינוּ גֵּרְשׁוֹם: גרעיפּ־דזשוס און חלה טיילט דער טאַטע, און אַלץ אַנדערש טיילט די מאַמע … ס’נעמט נישט לאַנג ביז ראשוֹ רובוֹ ושולחנוֹ פּרעגלט זיך אין דיפּס, פיש, קאָטשעניו, אייער־צוויבל, לעבער, גאַלערעטע, פּצעי, און נאָך.

דער שבת־טיש וויגט זיך אויך אין זמירוֹת ודברי־תּוֹרה — יוֹנָה מָצְאָה בוֹ מָנוֹחַ. די בחורים טרעפן אין די שבת־גליוֹנוֹת הערליכע תּירוצים צו קשיוֹת מרפסין־איגרא וועלכע זענען זיי שווער געוואָרן ערשט אינמיטן לְכָה־דוֹדִי, די אינגלעך קאָכן זיך אין זאַפטיגע משלים פונעם דובנער מגיד, און שמואל דוד גופא זאָגט נאָך גאַפנדיגע פּערל־רייד וואָס ער האָט אָנגעזאַפּט דורכאויס דער וואָך נישט בלויז ביים שיעור פון אהרן שלמה’ן, נאָר אויך פון א דיווערסיפיצירטער ליסטע מיט היימישע אָראַטאָרן און גוטזאָגער פּלאַטפאָרמירט אויף רעקאָרדירונגען וואָס מ’פאַרקויפט אין בתּי־מדרשים פונעם אומאָפּהענגיגן אָרטאָדאָקסישן אידנטום. ער נאַשט פאַרשידנס אויך פון טעלעפאָן־האַטליינס, און ער שמעלצט זיך העכסט בשתּיקה — בלויז אויף אַן אָפיס־קאָמפּיוטער געפילטערט מיט שטרענגע הכשרים — אין ווינקלען פון דער ברייטער אינטערנעץ וואו גאָט’ס תּוֹרה שפּרודלט בטעם של פּעם, מיט דער פילפאַרביגער גנאָד פון צוריק ווען וועלט איז נאָך געווען וועלט.

די סעודה פאַרלירט אָבער דעם פרומען ריטעם איינמאָל די פּאַרע פונעם פאָרכטיגן טשאָלנט הייבט אָן פּאַטשן אין די נאָזלעכער. דאָס וועזן ביי שמואל דוד’ן יאָגט אַראָפּ פון די רעלסן און פאַרקירעוועט זיך צו אַן אַנדער ספערע אַריין — ס’ליגט אין דאָזיגן טשאָלנט באַגראָבן נישט בלויז זיין גוף, נאָר אויך זיין נשמה. דער טשאָלנט ווירבלט מיט טרי־באָון פלאַנקען, באַק־פלייש, מאַרך, נאַוועל פּאַסטראַמי, קישקע, קאַרטאָפל־קוגל, לאָקשן־קוגל, קניידלעך, אייער, בעבלעך, גערשטן, קאַרטאָפל, און נאָך אינגרעדיענטן וואָס ער האַלט פאַר א סוֹד — א טיף שיסל וואָס בלעזלט מיט כלערליי שאַטירונגען פון דער ברוינער פאַרב. ער עסט און פרעסט, פרעסט און עסט, און פאַרגעסט נישט אַריינצופלעכטן צווישן יעדער שלונג און שלוקערץ דעם אָבליגאַטאָרישן לְכָבוֹד שַׁבָּת קֹדֶשׁ.

שמואל דוד’ס חיבה יתירה צו אכילה־צוועקן איז אָבער לאו דווקא באַגרעניצט צום שבת אָדער די ראַמען פון אייגענער שטוב. עוֹלם, א שטייגער, געניסט פון אים טאָפּלט ווען ס’קומט אויסצופאַסטן נאָך א תּענית: אי ער שטעלט צו טעימה, אי ער טרייבט אַוועק דאָס קליינוואַרג. אידן אַפּעלירן צו זיין ברייטהאַרציגקייט אויך אין א לאַנגן דינסטאָג ווען ס’טרעפט זיך נישט קיין קאַנדידאַט אויף סעודת הוֹשֵׁעַ בֶּן בְּאֵרִי, צי זאָל זיין אויף א יאָרצייט פון א פּראָמינענטער נשמה ביי וועלכער דער ציבור ריזיקירט א ברכה־לבטלה — מעגליך אַזש אויך א קפּידא — אויב שליסט מען די טראַנזאַקציע אויף א פּעקל פאַרקילטע האָניג־קיכלעך פון שמש’ס יקנה”ז־בונקער, צי א טעצל מזוֹנוֹת אָנגעשטויסן מיטן חן פון א היימישן פריזער. ס’איז היינט אַן אַנדער וועלט. כּלל־ישׂראל מוז ברכה’נען אויף וואַרע פון א העכערן קאַליבער — שמואל דוד איז דער אַדרעס.

ופּשיטא הוא. שמואל דוד פאַרמאָגט דאָס ביזנעס־חריפוֹת צו פאַרשטיין די ניואַנסן צווישן געבן תּיקון און בעטן ישוּעוֹת — א מישמאַש וואָס האָט זיך ליידער איינגעוואָרצלט אינעם געזעלשאַפטליכן מאָדוס אָפּעראַנדי. דאָס אימפּאָרטירן ישוּעוֹת פון שׂרפי־מעלה האָט לעוֹלם ממש זילטש מיטן עקספּאָרטירן תּיקונים פאַר פּשוטי־עם. מ’רעדט פון גאָר אַן אַנדער ענטערפּרייז מיט גענצליך אַנדערע דינאַמיק — די קליאַמקע אפילו פונעם נידריגסטן היכל רירט זיך נישט אונטער א מינימום פון אייער־קיכל־הערינג. ווער רעדט נאָך אויב מעלין בקוֹדש.

ר’ שייע בן ר’ משה’ס פּרייז, א שטייגער, שטייט היינט ביי א פולער סעודה — שוין אפילו נאָכן צופּאַסן פאַר אינפלאַציע. נאָר אויף אַזאַ לעגענדאַרער און טראַנספאָרמאַטיווער פּערזענליכקייט ווי ר’ שייעלע פרעגט מען נישט קיין קשיוֹת. ר’ שייעלע איז א צעלעבריטי און רעוואָלוציאָנער. ר’ שייעלע איז א פּאַראַגאָן פון אינאָוואַציע אינעם פרייען מאַרקעט. ר’ שייעלע איז דער דינאַמישער פּולס און טאָנגעבער הינטערן אינדוסטריעלן ישועה־קאָמפּלעקס. ר’ שייעלע איז אויך דער פּיאָניר פון ישועה־שיפּינג בוֹ־ביוֹם — א פּאַראַדיגמע־טויש אינעם אינדוסטריע־סטאַנדאַרט פון פערציג טעג. דער הייליגער בַּת־עַיִן, א ליגע פאַר זיך, לאָזט זיך באַצאָלן מיט בָקָר בְּרִאִים און בַרְבֻּרִים אֲבוּסִים — היסטאָריש פאַרמאָגט ער א היפּש בורזשי קליענטור, אידן וועלכע קנייטשן סיסטעמאַטיש אַריין די ציצית פונעם געביגלטן טלית־קטן אין די קעשענעס, אידן וועלכע פליען אין ערשטן קלאַס ל”ג בעוֹמר קיין מירוֹן און כ”א אדר קיין ליזענסק, אָבער פאַרזוימען זיך נישט אויף קיין רגע; דער גאַנצער ביזנעס־טריפּ באַשטייט בלויז פון א מעת־לעת, א טוֹבל־און־אַרויס, הין־און־צוריק. טשערנאָבלער און רוזשינער דינאַסטיעס, אִישׁ אִישׁ לְבֵית אֲבֹתָיו און דרך אין עבוֹדת־השם, קלאַמערן זיך אַלץ מער צו מילכיגע מעדנים; קעז־דעלקעלעך זענען די נייע שאָקאָלאַד־טשיפּס קיכלעך — קאַפּוטשינאָ איז דער נייער שליוואָוויץ. דער פּלאַטינום, פּרעמיום־פּלוס ישועה־פּעקעזש פונעם הייליגן דִבְרֵי־חַיִים בלייבט אָבער ווייטער ביים טראַדיציאָנעלן ברית־מעניו: צאָמבלעך, קוגל, פערפל, און צימעס.

דָּא עָקָא, ווייסט שמואל דוד דעם אמת, מיר זענען היפּש הינטערשטעליג אויך ווען ס’קומט צום עקספּאָרט פון תּיקונים. די נעבעכדיגע קיכלעך פון שמש’ס יקנה”ז־בונקער קלעקן דאָך קוים אָפּצוליפערן א תּיקון פאַר א נשמה א שמויגער וואָס סמאַליעט אין גיהנוֹם — שוין אפילו נאָכן זיפּן די מעל, באַקוקן די אייער, קמח־ישן, געבאַקן נאָך פּסח, און פינף באַזונדערע הכשרים. און ס’טעצל מזוֹנוֹת פונעם היימישן פריזער מאַכט דאָך לצנוּת פונעם גאַנצן באַגריף פון תּיקון. פאַרהאַרטעוועטע ראָגעלעך אָן קיין שמץ לחלוחית, קרומע שורוֹת מאַרבל־קעיק מיט אָפּגעשונדענע צוקער־קעפּלעך, שטיקער בראַוני־קעיק מיט בלאַסע געפרוירענע בייכער, און כלערליי נוס־געבעקסן באַגאָסן מיטן אידישן עטאָס פונעם פאָריגן יאָרהונדערט — הַזֹאת נָעֳמִי? קוים קלעקט ס’טעצל אויף אַביסל ליבשאַפט פאַרן קוטשמע־איד מיט דער פאַרגעלטער באָרד וואָס גייט לאַנגווייליג אין גן־עדן.

אָמְרוּ עָלָיו עַל שְׁמוּאֵל דָוִד אַז ער האָט מִיָמָיו קיין מלוה־מלכּה נאָכנישט פאַרפּאַסט, אויסער דעמאָלט ווען תּשעה־בּאָב איז געפאַלן אום מוֹצאי־שבת — “רבוֹתי, פרישע מַצוֹת!” לאָזט ער אַראָפּ א שאַכטל אויפן טיש ביי די ווינטער מלוה־מלכּה’לעך אין סערטראַלינער שול. א קלאַסישער וְלֹא־יָכְלוּ־לְהִתְמַהְמֵהַּ הויערט באַלד אַראָפּ איבער צוויי מנינים פאַרבּעקיטשע הענט — “כאַפּטס נישט!” קוועלט שמואל דוד פון כאַפּעניש. “כ’האָב געקויפט גענוג. אַז ס’גייט אויס וועל איך שיקן מיינס א קינד ברענגען נאָך. אידן האָטס הנאה,” מונטערט ער די פרעסער, “זאָל זיין מיט שפע."

"יעצט איז נאָך די סחוֹרה פריש,” פאַרשוואַרצט זיך פּיני ראָזנבערג די הענט און ציין, “פּסח צו די כּזיתים גיימיר אָבער אַלע קייען אַלטע ברעטער."

"מסתּם מיינסטו ‘אַלע’ וועלכע זענען צו קאַרג צו קויפן בני־תּוֹרה אחר פּורים,” באַפעסטיגט זיך אָשי יאַקאָבאָוויטש דעם שטריימל, ברילן, פּאוֹת, און שיינע נאָז.

”געהייסן האָט פאָריגע וואָך אז די חברה גייען אַרויף מיט נאָך צען טאָלער א פינט,” איז שמואל דוד מבדיל דאָס וואָרט פונט פון אייגענעם דיאַלעקט וואָס זאָגט דעם מלאפּום אינדרויסן פון מצה־טערמינאָלאָגיע ווי א קמץ־גדוֹל, “רעד איך אָבער פריער מיט יצחק מנשה’ן, הער איך אז צען טאָלער דאָס איז נאָר די ראַזעווע … פאַרשטייסט א מעשׂה, ווייל די ראַזעווע האָבן די באַנדיטן שוין געהעכערט פאַראַיאָר … אַלץ אַנדערש גייט אַרויף מיט א מינימום פון פופצן דאַלער."

"נאָך פופצן דאַלער?” ברעכט א כאָר אויס אין אַנגסט.

”יעפּ,” שטופּט שמואל דוד אַריין א ציין־שטעכערל ביים ווינקל פון פּיסק — “מינימום!"

"טאַטע אין הימל!” קריכט שמעוֹן עוֹזר וויינשטאָק אַריין אין מויל מיטן לינקן זרת און ווישט אַרויס מצה־שטיקלעך פון די יאַסלעס — “מ’שינדט פון אונז די הויט לעבעדיגערהייט."

"רשעים ארורים!” לאָזט מאיר אליקים גאַנדל א בערגל חלה אויף הפקר און הייבט אָן פאַרלענדן מצה לתּיאבוֹן — “רייטן אויפן ציבור פּלעין ווייל זיי קענען."

"ריין סאָשאַליזם!” מאַכט אָשי יאַקאָבאָוויטש א יַחַץ אין דער לופטן — “נאָך פופצן פריקן דאַלער פאַר א פונט פאַרקאַקטע מַצוֹת? מיר לעבן געהעריג אין קאָמיוניסט־טשיינע. שוין אַזויפיל וויפיל די פאַרשאָלטענע ליבעראַלן ווילן אונז איינטיילן צו צאָלן די פוילע חזירים פּער שעה …"

"אינפלעשאָן!” פּאַטשט שמואל דוד אַרויס מצה־ברעקלעך פון די חורים וסדקים אין לאַנגער שבת’דיגער באָרד — “א יקרוֹת אויף ווייץ … וועטער געווען פּחדים נוֹראים. נעבעך א סך אידן ליידער שאָדן געליטן. אַלץ באַשערט. עמיר זען צי פון ארץ־ישראל איז היי יאָר פאַראַן עפּעס שינוים. לעצטנס ווערן דאָרט זאַכן בעסער, אָבער מ’דאַרף וויסן וואו צו זוכן. ס’איז מער חכמה ווי מלאכה און ס’איז מיר שווער מסביר צו זיין על רגל אחת,” קלעבט ער זיך פונאַנדער די שמאַלציגע פיס. “אָבער בקיצור נמרץ מאוֹד: טשיינע מאָנאָפּאָלירט די גאַנצע מאַרקעט און שלאָגט כּפּרוֹת מיטן גלאָבל סופּליי־טשעין. כ’בין דאָך עוֹסק אין דער ליין — די וועלט מוז האָבן א טראָמפּ. אַנדערש פאָרן זאַכן אַרויס פון אָרדענונג. שוין, דער באַשעפער פירט זיין וועלט."

"שוין יאָרן וואָס כ’ניץ פּאָפּאָ־צעלים פאַר די ערשטע כּזיתים,” הייבט חיים מרדכי שפּילמאַן אָן מאָלן אַן אויסגעדראָשנס, רחיים של יד; די שמאַלציגע דיסקוסיע פלאַקערט באַלד אויף מיטן יאָר־יערליכן אייפער. אַלץ וואַרפט מבינות און זאָגט קאַפּויער פון צווייטן:

נאָאָאָר ספּעלט, כ’טאָאָאָטש נישט קיין ספּעלט, האַלב נעם איך ראַזעווע, איבערגעבאַקן חול־המועד, כ’קוק אפילו נישט אָן עפּעס אַנדערש, ערשטער כּזית, צווייטע נאַכט, ממש געדאַרפט צווינגען, גאַנץ פּסח, צווייטע טעג, פאַראַיאָר, צוויי יאָר צוריק, כּזיתים יאָ, אפיקוֹמן נישט, מיין שוואָגער די זעלבע זאַך, מיין ווייב איז אַזוי, ביי מיין טאַטן, מיין שווער האָט ספּעשל מצוֹת, עפּעס א איד אין באָראָ־פּאַרק, געברענגט פון אַנטווערפּן, אַריזאָנע, קוממיות, מאָנטרעאַל, בראָדוועי, קערעסטיר, פּריוואַטע חבּורה, בית־רחל, בני־תּוֹרה, פאַר פּורים, אחר פּורים, ערב־פּסח, רחיים־של־יד, תּנור־ראשון, דיקע ברעטער, דין ווי פּאַפּיר, האַרטע שטיינער, ווייך, קריספּי, מחיה, א פּחד, הוֹן תּוֹעפוֹת, קוים וואָס די קאָסטן ווערן געדעקט

די גלאָררייכע אידישע אָבסעסיע מיטן מאָגן דינט אַלס דע־פאַקטאָ פִּזְמוֹן צווישן יעדע דריי זאַצן:

שווער אויפן מאָגן, לייכט אויפן מאָגן, לייגט זיך אויפן מאָגן, זיצט אויפן מאָגן, שטעקט אין מאָגן, קוועטשט אין מאָגן, רייסט אין מאָגן, ברענט אין מאָגן, מאַכט פּראָבלעמען אין מאָגן, זייט אָן כאַאָס אין מאָגן, שאַפט חורבנות אין מאָגן, פאַרטראָגט זיך נישט מיטן מאָגן, מאָגן פאַרדאָרבן, מאָגן דריקט, מאָגן פּייניגט, מאָגן בייסט, מאָגן נאָגט, מאָגן פלאַקערט, מאָגן האַקל, מאָגן פול, מאָגן ליידיג, מאָגן קליין, מאָגן גרויס, מאָגן דערהייבט עפּעס נישט, מאָגן עפּעס סענסיטיוו, מאָגן עפּעס איין־מינוט־אויף־דער־צווייטער, מאָגן עפּעס כ’ווייס־נישט־וואָס, מאָגן עפּעס אינדערפרי, מאָגן עפּעס אויפדערנאַכט, מאָגן…

”אָה, א גוטע וואָך הרב ר’ אהרן שלמה!” שניידט שמואל דוד איבער דעם אינהאַלטסרייכן מצה־מאָגן סעמינאַר — “א גוטע וואָך הרב ר’ נפתּלי שרגא! א געזונטע וואָך! א מזל’דיגע וואָך! א וואָך פול מיט ישועוֹת, רפואוֹת, פּרנסה, וכל טוב פאַר זיך, פאַר דער גאַנצער משפּחה, און פאַר…”

אהרן שלמה און נפתּלי שרגא קושן ביידע די מזוזה און פאַרבייגן די קעפּ מיט פרומע נאָז־ברומענישן — “זעצט אייך ביידע אַוועק,” דירעקטירט זיי שמואל דוד צום אויבנאָן.

”ליכט?” פּראָטעסטירט אהרן שלמה.

”פּשוט אויסגעלאָפן און כ’האָב געשיקט מיין אינגל ברענגען נאָך,” פאַרענטפערט זיך שמואל דוד. “כ’ווייס נאָר נישט וואָס נעמט אים אַזוי לאַנג,” גייט ער באַלד אויף דער אָפענסיווע, “אייביג האָב איך דאָס מיט אים — יעדעס מאָל באַזונדער, ווערט מיר נעלם אַלץ מיט אַנדערע תּירוצים. אוי גייט ער באַלד כאַפּן פון מיר. כ’בין אים נישט מקנא …"

"עה, האַלאָ,” קנאַקט שמואל דוד מיט צוויי פינגער צו מיילעך שיע’ן וועלכער איז נאָרוואָס דערשינען מיטן פאָטער אהרן שלמה’ן — “דו, בחור’ל דאָרט, יאָ דו, כ’מיין טאַקע דיך. קום נאָר אַהער זיי מוֹחל … “

זאָגט רש”י: אֵין צַו אֶלָא לְשׁוֹן זֵרוּז.

”דו ביסט מענדי,” דערלאַנגט ער מיילעך שיע’ן אַן אומסאָליציטירט קניפּל אין באַק, “איז וואָר? אָדער ניין — מענדי האָט דאָך שוין א באָרד. שיע מיילעך, יאָ? דער קאָפּ אַרבעט מיך שוין נישט…”

— “מיילעך שיע."

"יאָ, יאָ, אוודאי מיילעך שיע. הע! איך געדענק דאָך נאָך דיין ברית. עניוועי, די טיי דאָ אויפן טיש האָב איך מוֹרא איז שוין צו קאַלט,” שטופּט ער אַריין מיילעך שיע’ן אין האַנט א האַלב־ליידיג קאָנטשאָ, “איז גיס עס קוֹדם אויס אין סינק, אָבער האַלאָ,” שאָקלט ער אים אויף דער פּלייצע, “קוק אויף מיר ווען כ’רעד צו דיר: גיס עס אויס, אָבער נישט אין גרויסן סינק נעבן בית־כּסא, און אויך נישט אין סינק דאָרט אין האָלוועי. נאָר אינעם קליינעם סינק דאָרט העכער וואו ס’ליגן די פאָום־קאָפּס. ווייסט וואו, יאָ? ס’איז דאָרט דאָ איינס ביי דער רעכטער זייט און נאָכדעם איז דאָ אַן אַנדער ביי דער לינקער זייט, יאָ? איז גיס עס אויס ביי דער רעכטער זייט, געב עס אַזאַ שנעלע שווענק אויס, פיל עס צוריק אָן מיט הייס וואַסער פון קעסל, און ברענג עס דערנאָך גלייך צוריק אַהער — נוּ, ביסט נאָך אַלץ נישט צוריק?"

"געב אָבאַכט מיטן הייס וואַסער!” שרייט שמואל דוד נאָך מיילעך שיע’ן. “כאַפּ גוט אָן דאָס קאָנטשאָ — מיט ביידע הענט כאַפּ עס אָן, הערסט?"

"אָה, רבוֹתי, דער קוגל איז דאָ!” ברוך־הבא’ט שמואל דוד א האַנטוך־געפּאַנצערט בעקעלע וואָס קומט צו קריכן אונטערן הויקער פון נחוּם נח הלוי שטערן, אַן אִישׁ חָסִיד מיט אַן אָפּגעברענט סאַמעט אויפן שטריימל און א שמאָל־געפלאָכטענער באָרד ענליך צו אַן אויסגעטריקנט לולב־קיישל.

”סקינע סידעסע, דימהיימעניסע, שליימעסע כעדוועסע רבוֹתי־מאַכטס־פּלאַץ־פאַרן־קוגל־דאָרט־אויפן־טיש דעמאַלקע קאַדישע … "

"אַהוי, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב, וּמַזָּל טוֹב וְסִימָן טוֹב, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב — אַהההה, חמין במוֹצאי שבת!” וויקלט שמואל דוד אַרויס ס’בעקעלע פון דער מהודר’דיגער הטמנה; דריי האַנטוכער, ווי חז”ל דרינגען פון פּסוק’ס טריפּלטן לשוֹן: צָנוֹף יִצְנָפְךָ צְנֵפָה כַּדּוּר …

”איי איז ער א קוגל!” לאָזט זיך שמואל דוד שמייסן פון דער בייזער פּאַרע — “אידן,” קוקט ער מיטן מעסער דעם קאַרטאָפל־קוגל אין די אויגן אַריין, “איר וועט נישט גלייבן וואָס כ’האָב מיך דערמאַנט היינט אינדערפרי אויפן וועג גייענדיג צום בית־מדרש: ר’ חיים יצחק דער געלער, דער שׂרף פון פּרעדלאָווקע, יאָרצייט געווען פאָריגע וואָך מיטוואָך — ווי האָב איך אַזוינס פאַרגעסן, האַ? יאָרצייט איז עפּעס אַזוי אַרויסגעפלויגן פון קאָפּ און קיינער דאָ האָט מיך נישט דערמאַנט. שוין, ר’ נפתּלי שרגא זאָגט דאָך אָבער שטענדיג אַז ס’קיינמאָל נישט צו שפּעט פאַר אַן עוּבדא; ס’קיינמאָל נישט צו שפּעט צו כאַפּן זעק מיט ישועוֹת — איז וואָר ר’ נפתּלי שרגא?” דרייט שמואל דוד דעם קאָפּ צום אויבנאָן.

”איז קומעדיגע וואָך האָמיר אַזוי,” לעקט שמואל דוד אָפּ די קוגלדיגע אצבעוֹת: “יאָרצייט פון הייליגן ר’ דוב בער שעמנירשער, מאָנטאָג; דינסטאָג האָמיר סיי דעם פּני אשר און סיי דעם יאָמערליכן בעל־בכי פון פּראַג; ר’ יודא לייב טאַמקעדאָווער מיין איך איז מיטוואָך, נאַ, מיטוואָך טאַקע? אָדער אפשר דאָנערשטאָג? כ”ב אָדער כ”ג? כ’בין נישט זיכער … "

"ר’ נפתּלי שרגא!” הייבט שמואל דוד די שטימע צום אויבנאָן — “כ’מיין חלילה נישט איבערצוהאַקן,” האַקט ער אים איבער פון א סוֹד־שׂיח מיט אהרן שלמה’ן וועלכער שטיקלט אָפּ געפילטע־פיש מיט דער רעכטער האַנט און כאַפּט דעם פאַלנדיגן מייער מיט דער לינקער האַנט — “אָבער ווען איר האָט אַן איבריגע מינוט: ר’ יודא לייב טאַמקעדאָווער, יאָרצייט מיטוואָך אָדער דאָנערשטאָג? אָה, רבותי, גיט א קוק, ר’ משה יאָסל איז דאָ מיטן באָרשט … יוגנט היינט פאַרשטייט שוין נישט דערצו … אַדִּיר אָיוֹם וְנוֹרָא האָט מען שוין געזונגען?”

דער זייגער רוקט זיך, עוֹלם צעגייט זיך, אָבער שמואל דוד פאַרבלייבט. ער זעצט זיך אַראָפּ מיט א סידור און זמירוֹת. פריער האָט ער בלויז מיטגעזונגען א שטיקל דאָ און א שטיקל דאָרט, ער האָט דאָך געדאַרפט זיכער מאַכן אַז די פּראָגראַם פאָרט געשמירט. ער איז אָבער פאַרנומען געווען מיט פרישע מַצוֹת, גיסן טיי, שניידן קוגל, טיילן באָרשט, מעלדן יאָרצייטן, און עוֹסק זיין בצרכי ציבור. איצט דאַרף ער אַביסל רואיגקייט אויף געשעפטן צווישן זיך און באַשעפער. אַז דער ליבער שבת־קוֹדש גייט אַוועק, דאַן איז צייט זיך איינצוהאַנדלען אינשורענס־פּאָליסיס אויף דער גאַנצער וואָך. ער האָט א סך בלעטער צו דעקן; ער האָט א סך סגולוֹת אַריינצוכאַפּן.

— וְיִתֶּן לְךָ?

שוין געזאָגט מיט א רעדל שטריימלעך תּיכּף נאָך מעריב.

— גאָט־פון־אברהם?

שוין אויסגעזונגען מיט דער משפּחה אינדערהיים פאַר הבדלה.

— וַיִּשְׁלַח?

פאָרן פאָרט ער לעוֹלם קיין ערגעץ נישט, אָבער הייבן הייבט ער טאַקע אָן פון וַיִּשְׁלַח, א סגולה אויף הצלחה; וַיֹּאמֶר אֵלִיָּהוּ הַתִּשְׁבִּי, א קאָמפּילאַציע פון אליהו־פּסוקים אויף א גוטן זכּרוֹן; נֶגַע צָרַעַת, קעגן עין־הרע; עלף האַנט־געקליבענע פּסוקים, קעגן כּישוף; פּרשה פון קטוֹרת, רייך צו ווערן; וּמִשְׁמָע וְדוּמָה וּמַשָּׂא, די דריי־ווערטער סגולה; זיבן פּסוקים אין יְשַׁעְיָה, די אוֹת כּ’ סגולה; צען פּסוּקים פון רמב”ן; אַתָּה סֵתֶר פון ר’ יהודה החסיד; ואטו יוֹנָה כּי רוכלא ליחשיב וליזיל — זעק אָנגעשטאָפּט מיט ליטורגישע אוֹצרוֹת. ער וואַרפט צו צום טראַדיציאָנעלן פּאַק אויך א שפּאָר ביסל פון היינטצייטיגע סגולוֹת וועלכע יאַווען זיך אויפן פרייען מאַרק, ואחרי כּכלוֹת הכּל קומט ער צוריק צו די עמך־זמירוֹת.

”אוי וְהֵשִׁיב [גענעץ] און נאָכאַמאָל [גענעץ] וְהֵשִׁיב …” ס’איז שוין נאָנט צו חצוֹת. איינער אַליין זיצט שמואל דוד ביים ווינקל פון אָנגעוואָרפענעם טיש. אַביסל זינגט ער, אַביסל זאָגט ער, און אַביסל קרעכצט ער; אַביסל מיטן מויל, אַביסל מיט דער נאָז, און אַביסל לענט ער אָן דעם שטערן אויפן שפּיץ פון סעלצער־באָטל. “לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים, וְלֵלֵלֵב בָּנִים עַעַעַל אַ…” אַנדרימלט.

נָפְלָה עָלָיו תַּרְדֵּמָה. די ענערגיע פון פריער איז אַנטרונען געוואָרן. די נשמה־יתירה האָט אויסגעצאַנקעוועט. דָּבְקָה לָאָרֶץ בִּטְנוֹ, דאָס צעגאָסענע בויך הענגט מיט א זויערקייט צו דר’ערד אַראָפּ. די רכילות־נאָז ליגט אים באַגראָבן אין בוזעם. אַן אומעטיגער גייסט שוועבט אין היכל; ס’שמעקט פון טונאַ, אייער, צוויבל, ליכט, נאַסע ציצית, און פארשימלט האָלץ. ער כראָפּעט, זשיפּעט, דעכעט, און פּירכעט — טל של תּחיה טריפּט אים צווישן די וואָנצן. דער טאַקט פון וואַנט־זייגער פּראָבירט אָן דערפאָלג צו שאַפן א מוזיקאַלישן ריטעם מיט דער ווילדער שנאָרכעריי. דער רויך־דעטעקטאָר אין דער הייך שלוקערצט אָפּ מיט א גרילץ פּער דרייסיג סעקונדעס — די ניין־וואָלט באַטעריע ראַנגלט זיך מיט גסיסה שוין אומגעפער חוֹדש ימים.

”לֵב אָבוֹת?” פאָכעט זיך שמואל דוד פונאַנדער נאָך א קורצער ווייל מיט א רויטן עיגול פון סעלצער־באָטל אַריינגעשטעמפּלט אין שטערן. “לֵב בָּנִים?” פראַסקעט ער דעם לאַנגן גענעץ וואָס האַלט נישט ביים אָפּטרעטן פון פּיסק — “אוי, טאַטע! כ’האָב נישט קיין כּוֹח! איז וואו האַלט איך דאָ מיט זמירוֹת? אוי וְהֵשִׁיב — טאַטע זיסער האָב שוין רחמנות — און נאָכאַמאָל וְהֵשִׁיב …”

אַן אויפוואַכונג שטויסט אַריין נאָך חצוֹת — יחידי סגולה קריכן אַרויס פון די אונטערערדישע הכנוֹת־נעצן גרייט זיך צו וואַשן צו סְעוּדָתָא דְדָוִד מַלְכָּא מְשִׁיחָא.

”א גוטע וואָך ר’ נתן נטע, און קוק וועמען נאָך מ’האָמיר דאָ די זכיה — כ’זע גוט? ר’ יחזקאל זושא? פּשיהאַ!"

"אוי שַׁעֲרֵי מְחִילוֹת, שַׁעֲרֵי מַדָּע, שַׁעֲרֵי נֶחָמָה … מַצוֹת גלייב איך איז שוין נישט דאָ. קוקט אָבער דאָרט הינטערן אָראַנזש־דזשוס צי ס’איז נאָך איבערגעבליבן סמאָוקט־פיש, עפּעס מיין איך דאַרף נאָך דאָרט זיין. דער עוֹלם האָט זיך דאָך שוין געוואַשן פאַר פינף שעה צוריק. איר האָט מזל איך זיץ נאָך דאָ."

"אין שמידראַנעדאָוו איז דאָך מוֹצאי־שבת געווען אַן ענין צו עסן קוגל דווקא קאַלט,” איז נתן נטע מחזק דאָס אייגענע געוויסן מיט עפּעס א פּסיכאָלאָגישן זויער־טרויב.

”הִנֵּה הִנָּם … איר דאַרפט רעדן אביסל העכער, ר’ יחזקאל זושא, כ’קען אייך נישט הערן — אַה, ר’ חיים יצחק דער געלער? ניין, יאָרצייט געווען פאָריגע וואָך מיטוואָך. מ’האָט שוין פריער אַרומגערעדט דאָ דערוועגן און כ’האָב געזאָגט דעם עוֹלם אֶת חֲטָאַי אֲנִי מַזְכִּיר. ס’איז ביי מיר עפּעס אַזוי אַרויסגעפלויגן פון קאָפּ. כ’האָב אָבער נאָכגעזאָגט פון ר’ נפתּלי שרגא’ן אַז אַן עוּבדא קען מען נאָך אַלץ דערציילן. די ישועוֹת עקספּייערן נישט — ביז צען דוֹרוֹת האָט ער דאָך אַליין מבטיח געווען."

"א געלט־מעשׂה האָט עמיצער דערציילט?” רינט א שנירל טאָמאַטאָ־דיפּ אַריין ביי נתן נטע’ן אין האַרץ פון חֲטַף־קָמָץ באָרד.

— “צוויי מעשׂיות גאָר!"

"נוּ?"

"ר’ נחוּם נח האָט דערציילט די באַקאַנטע מעשׂה … פאַטשיילע פונעם משומד אָנגעפילט מיט גאָלדענע רענדלעך וואָס דער אַרענדאַר האָט נאָך קידוש־לבנה געטראָפן ביים קצב אין אתרוג־פּושקע …"

"שוין, און נאָכדעם … אוי האָבן ענק פאַרפּאַסט, א שאָד, באמת א שאָד … ר’ הלל מאיר פרידמאַן האָט אַראָפּגעלייגט אַזוי מיטן גאַנצן טאַלאַנט זיינעם די זאַבאָרדאַנער גֶשֶׁם־מעשׂה … שוואַרצע הינט מיט ווייסע פליגל וועלכע האָבן געבראַכט ר’ שבתי’ן די שליסלען צו האָניג־פעסער אויסבאַהאַלטן אונטערן ברוינעם ים. שפּעטער האָט זיך אַרויסגעשטעלט אַז די מיסטעריעזע הינט — פאַרשטייט זיך גאָרנישט הני כּלבין דחציפין געווען — האָבן די שליסלען אַוועקגערויבט פון פּריץ ממש אין זעלבער צייט וואָס אין זאַבאָרדאַנער שול האָט מען געבענטשט גֶשֶׁם. ס’האָבן שוין אַלע פאַרשטאַנען פאַרוואָס דער הייליגער זאַבאָרדאַנער, ר’ יעקב מרדכי, האָט געהייסן דעם ר’ שבתי’ן קומען צו אים אויף שמיני־עצרת, און פאַרוואָס ער האָט זיך אַזוי פאַר’דביקות’ט ביי די ווערטער ‘שֶׁהִמְתַּקְתָּ לָמוֹ מְרִירוּת מַיִם’ … און איבריג צו באַטאָנען,” באַטאָנט שמואל דוד דאָס איבריגע, “דער איד, ר’ שבתי, איז באַלד דערויף געוואָרן א גאָר גרויסער גביר."

"אידן אינדערהיים האָבן נאָך געקענט די אייניקלעך פון דעם ר’ שבתי’ן,” קראַצט נתן נטע מיט די נעגל די ווינקלען פונעם ליידיגן קוגל־בעקעלע — “אַלע געווען גרויסע עשירים, און פאַרשטייט זיך, גאָר גרויסע בעלי צדקה.” .

”אַה!” הייבט יחזקאל זושא א פּאָר צעעפענטע אויגן צום לעקטער — “דער הייליגער זאַבאָרדאַנער ר’ יעקב מרדכי! זכותוֹ יגן עלינו ועל כּל ישׂראל. אידן הער איך זעען לעצטנס ממש אָפענע מוֹפתים ביי זיין ציון, עפּעס למעלה־מן־הטבע’דיגע זאַכן. ס’האָט מיך אפילו געזאָגט עמיצער, א חשוב’ער איד, און גלייבטס מיר, יענער איד זאָגט נישט אַבי אַזוי … איר דאַרפט דעם איד קענען, ממש געמאָסטן מיט יעדן וואָרט … הפּנים,” שפּרינגט א היפּש דיקע פליג אַרויס פון יחזקאל זושא’ס קלאָטשקעוואַטער באָרד,” זאָגט מיך יענער איד, בהאי לישנא זאָגט מיך יענער, און ווי געזאָגט,” זעצט זיך די פליג ביי יחזקאל זושא’ן אין צענטער פון חוֹטם, “מ’רעדט דאָ פון א חשוב’ן איד וואָס זאָגט נישט סתּם אַזוי: ‘ס’וואַלגערן זיך דאָרט ישוּעוֹת אויף דער ערד!‘"

"פּשששש,” גריבלט נתן נטע מיט התפּעלות אין די פאַרבאָרגענישן פונעם טאָמאַטאָ־דיפּיגן חֲטַף־קָמָץ — “נוֹרא נוֹראוֹת! ווער האָט מיך טאַקע לעצטנס דערציילט איבער צינדן א ליכט פאַרן זאַבאָרדאַנער פערציג טעג?” פּראָבירט נתן נטע זיך אויפצופרישן דעם זכּרוֹן, “נוּ? ממש לעצטנס דערציילט און כ’קען מיך נישט דערמאַנען ווער … שוין, זכותוֹ יגן עלינו ועל כּל ישׂראל, פאַר אַלע קראַנקע א רפואה, פאַר …"

"אַלע ברידער דאָרט האָבן דאָך געהאַט גרויסע כּוֹחוֹת,” בייסט יחזקאל זושא צו א שטיקל וואָנצע צום גלעזל חמין — “דער ר’ יעקב מרדכי איז אָבער געווען, ווי זאָגט מען … און די מעשׂה, דאַכט זיך, גייט נאָך ווייטער: דער הייליגער זאַבאָרדאַנער האָט מוֹצאי שׂמחת־תּוֹרה ביים עפּל־טיש מגלה געווען ווער די פאַרשטעלטע הינט זענען אין אמת’ן געווען, יאָ ר’ נתן נטע?"

"אַקוראַט,” רייניגט זיך נתן נטע די ברילן־שייבלעך מיטן רעכטן כּנף פונעם גרויען טלית־קטן. “נישט ממש ביים עפּל־טיש, נאָר נאָכן עפּל־טיש, אָבער יאָ: דער שפּאָלער זיידע, ר’ משה לייב סאַסובער, און ר’ שלמה הלוי אלקבץ — א פּלא אַז נישט אליהו הנביא,” איז נתן נטע עטוואָס אַנטוישט אין דער אומקאָנווענציאָנעלער קאַנדידאַטור פונעם בעל לְכָה־דוֹדִי, “‘מפתח של גשמים מסר לאליהו,’ דער שליסל פון פּרנסה ליגט דאָך אַמאָל אין זיינע הענט. "

"טאַקע א פּלא … ” איז אויך יחזקאל זושא נייגעריג וויאַזוי א צפת’ער פּאָעט און מקובל פון זעכצנטן יאָרהונדערט ווערט איינגעשפּאַנט צו א חסידישער מיסיע געגאָסן פאַרן שפּאָלער און ר’ משה לייב’ן — “וואָס פאַרשטייען דען אונזערע קליינע קעטשאָפּ־מוֹחוֹת."

"גאָר וויכטיג אָנצומערקן,” זשומעט די פליג אָפּ פון יחזקאל זושא’ן און לאַנדט ביי נתן נטע’ן — “פאַראַן אַן אַנדער נוסח צו דער מעשׂה: נישט קיין שוואַרצע הינט מיט ווייסע פליגל, נאָר דווקא פאַרקערט, ווייסע הינט מיט שוואַרצע פליגל."

"אין הכי נמי,” איז שמואל דוד איינשטימיג מיט נתן נטע’ן אויפן סיפא, “ר’ אהרן שלמה האָט טאַקע באַלד אָנגעמערקט דעם צווייטן נוסח; ר’ הלל מאיר גופא האָט אפילו געוואוסט נאָכזאָגן אַז דער שלידזבאָזער האָט אַזוי געהאַט מקובל פון זיין שווער, ר’ ישראל הכּהן גרויסוואַרדיינער, ס’הייסט, זיין שווער בזיווג שני. אָבער דאָס אַז דער זאַבאָרדאַנער האָט שפּעטער מגלה געווען ווער די פאַרשטעלטע הינט זענען געווען,” טרעט שמואל דוד אַרויס בעזות מצח קעגן דעם רישא — “נישט דאָ דערצו קיין קראַנטע מקוֹרוֹת. ר’ הלל מאיר זאָגט אַז ער איז עס פּערזענליך נאָכגעגאַנגען און ס’האָט נישט קיין שום האַפט … ער איז דאָך א שטיקל חוֹקר, ר’ הלל מאיר …"

"חוֹקר גאָר!” וועלגערט א פאַראַכטליכער נתן נטע א פאַרקנוילט באָרד־האָרעלע צווישן די פינגער — “א גרויסער אויבער־חכם איז דער הלל מאיר, א פרידמאַן ווי אַלע פרידמאַנס. מיך גייסטו זאָגן ווער הלל מאיר איז?” פּוצט ער מיטן האָרעלע די ציין, “כ’געדענק דאָך אים נאָך פון ישיבה, געשלאָפן מיט דעם צדיק־הדוֹר אין איין צימער … דער שייגעץ הלל מאיר … שיער איז ער אפילו געוואָרן מיין שוואָגער; דער רבוש”ע האָט געהאַלטן זיין רעכטע האַנט.”

— “שוואָגער?"

"שיער! מ’האָט דאָך אים גערעדט פאַר מיין שוועסטער, זילבערמאַן — ‘דער בחור קעמיר צו גוט לשוֹן־קוֹדש,’ געדענק איך האָט מיין טאַטע־זאָל־זיין־געזונט זיך באַקלאָגט נאָכן אים פאַרהערן און אַריינבליקן אין די חידושי תּוֹרה זיינע … חידושי תּוֹרא מיט אַן א’ …"

"אי משום הא,” נייגט יחזקאל זושא לקוּלא, “איז דען לשוֹן־קוֹדש א פּראָבלעם?"

"ווייסטאָך, ר’ יחזקאל זושא, אוודאי האָט מיין טאַטע געזוכט א כּלי, אָבער געברויכט האָט ער א ירא־שמים וואָס איז נאָכנישט קיין בקי ביי די אַכצן אין די דקדוקים פון מלבי”ם אויף גִילָה רִנָה דִיצָה וְחֶדְוָה רִנָה דִיצָה וְחֶדְוָה. הפּנים,” נעמט זיך נתן נטע נישטערן אויפן טיש נאָך אַן אויסגעוועפּט גלעזל סעלצער צו פאַרוואַנדלען אין מים־אחרוֹנים, “דער שפּאָלער זיידע, ר’ משה לייב סאַסובער, און ר’ שלמה הלוי אלקבץ — דער הייליגער זאַבאָרדאַנער ברויך נישט הלל מאיר פרידמאַנ’ס הסכמה."

"אפשר איז געווען מער ווי דריי הינט און אֵלוּ וָאֵלוּ,” פּראָבירט יחזקאל זושא מאַכן שלוֹם — “לויט ר’ הלל מאיר’ן רעדט מען פון די איבריגע."

"קיין קראַנטער מקוֹר צו וואָס ר’ נתן נטע זאָגט איז נישט דאָ,” אַנטזאָגט זיך שמואל דוד פון אַקצעפּטירן אַבי א הימלישקייט אָן קיין אַדרעס אין אַלטער היים — “און מיט זילבערמאַן האָט דען דיין טאַטע בעסער אָפּגעשניטן? ער איז דאָך ביטער אַריינגעפאַלן מיט דעם צעדרייטן זילבערמאַן."

"שידוכים?” טרייבט נתן נטע אַריין דעם נאַקעטן סטאַטוס־קוואָ אין גרויסער פּסיכישער עיר־מקלט — “באַשערט! כ’מיין, וואָס איז בכלל שייך אַריינצורעדן. אַלץ אויבן האָט דאָך א חשבוֹן, אָפּגעשריבן פּינקטליך וואָס, ווען, וויאַזוי, און פאַרוואָס. כ’ווייס, אפשר דאַרף מען אָנפרעגן ביים ‘חוֹקר’ הלל מאיר’ן צי ער איז ‘פּערזענליך נאָכגעגאַנגען’ די קראַנטע מקוֹרוֹת פונעם ארבעים יוֹם קוֹדם … דער שייגעץ הלל מאיר …"

"ס’איז שוין געווען דאָ פריער א שמועס דערוועגן,” שיסט אָפּ ביי שמואל דוד’ן א קנעפּל פון בעקיטשע — “ר’ אהרן שלמה זאָגט אַז ער האָט די הוֹספה צו דער מעשׂה געהערט היינט צום ערשטן מאָל און ממילא ווייסט ער נישט; ער זאָגט נאָר אַז מ’דאַרף גלייבן אַז ‘ס’קען ווען’ זיין אמת. ר’ נפתּלי שרגא זאָגט אַז ער האָט דערפון יאָ געהערט, אָבער דערווייל ווייסט ער אויך נישט פון קיין באַגלייבטן מקוֹר. שוין, און נאָכדעם האָמיר ר’ הלל מאיר’ן מיט וועמען איר פירט א מערכה מאָז ומתּמיד. ער גייט אפשר טאַקע א טריט ווייטער, אָבער ער טוט דאָך אין די זאַכן … און איך, שמואל דוד בן שׂרה גיטל,” איז שמואל דוד זיך מתּיר דעם סקעפּטיציזם, “איך זאָג אַז ס’שטייט נישט קיין ערגעץ אין דער תּוֹרה אַז מ’דאַרף גלייבן יעדע זאַך אָן קיין מקוֹר סתּם ווייל מ’האָט אַזוי געהערט. פֶּתִי יַאֲמִין לְכָל דָּבָר, זאָגט אונז דער חכם מכּל אדם. כ’קען אויך מאַכן מעשׂיות אַז איך וויל, עפּעס א גרויסע תּוֹרה?"

"במחילת כּבוֹדך,” בייזערט זיך נתן נטע, “איר רעדט מיר ווי אַנויפגעקלערטער דורך־און־אַ־דורך; כ’ווייס נישט וויאַזוי איר שעמט זיך אפילו נישט. דער רשע הלל מאיר,” צעזינגט ער זיך מיטן וַאֲנִי־ניגון, “אים העלפט שוין נישט קיין תּשובה, ער איז דאָך א יָרָבְעָם בֶּן נְבָט, א חוֹטא ומחטיא. אָבער דו, שמואל דוד בן שׂרה גיטל, דו טו כאָטש תשובה — “שוין טו תשובה!” רייסט א קנאי’שער אימפּולס איבער דאָס געזאַנג. “שוין, יעצט, איידער ס’איז צו שפּעט.”

— “נישט דאָ קיין קראַנטע מקוֹרוֹת …"

"איר שפּילט זיך מיט פייער,” צעגוואַלדעוועט זיך נתן נטע, “מיט פייער שפּילט איר זיך! וויאַזוי איר האָט נישט מוֹרא, ר’ שמואל דוד, ווייס איך נישט. דער גיהנום מיינסטו איז נישט גענוג גרויס סיי פאַר הלל מאיר’ן און סיי פאַר דיר? טו תּשובה,” פּראָבירט ער נאָכאַמאָל מיט גוטן, “כ’בעט דיך ברחמים, שמואל דוד, ביסטאָך עוֹסק מיט חסד טאָג און נאַכט, טוסטאָך אויף א געוואַלד; ס’איז פּשוט נישט ווערט אָנצואווערן דעם גאַנצן עוֹלם־הבא פאַר איין רוח־שטות — ס’איז פּשוט נישט ווערט, איז עס דען ווערט? און אוודאי איז דאָ א קראַנטער מקוֹר, אפילו מער ווי איין, איש מפּי איש פון אַן עד נאמן, כ’האָב דאָך ביי מיר אינדערהיים די נעמען פּינקטליך מיט יעדן פּרט. ס’איז דאָך אַן אָפענע וועלט היינט, ווי קען מען דען זיין אַזוי בלינד?”

— “נישט דאָ קיין קראַנ …"

"עה־פּע־פּע, שווייג!” שטרעקט יחזקאל זושא אויס א האַנטפלאַך. “ביידע פון ענק. די טענה’ריי דאָ איז געענדיגט — ר’ שמואל דוד שוין געבענטשט?”

— “נאָכנישט געבענטשט."

"געוואַלדיג! איז קעמיר מאַכן א מזומן."

"לאָמיך נאָר צו־עסן דאָ א שטיקעלע חלה,” הייבט שמואל דוד אַרויס דעם שווערן קערפּער פון בענקל, “היות מ’האָמיר זיך דאָך נישט געוואַשן צוזאַמען."

"כ’ווייס באמת נישט צי מ’מעג אים נאָך מצרף זיין,” מרוקעט נתן נטע בעת וואָס שמואל דוד גייט אַרויס אויסשווענקען דעם כּוֹס — “אַז דער גרעיפּ־דזשוס דאָ אויפן טיש איז מבושל דעמאָלט איז גוט; די היימישע מאָסט וואָלט איך אָבער נישט אָנגערירט נאָך וואָס דער מנסך לעבוֹדה־זרה, הלל מאיר, האָט זיך דאָ אַרומגעדרייט פראַנק און פריי ואין פוֹצה פה ומצפצף …”

— “נוּ, וועמען בין איך מכבד?"

"געב דעם כּוֹס ר’ יחזקאל זושא’ן,” פּראַוועט נתן נטע עניוות. “גראַדע האָב איך איבערמאָרגן יאָרצייט נאָך מיין זיידן, ממילא וואָלט איך אפשר יאָ געהאַט חשק צו בענטשן אויפן כּוֹס; ס’איז אָבער גוט, זאָל ר’ יחזקאל זושא בענטשן, כ’האָב דאָך שוין אין אמת’ן יוֹצא געווען דעם שבת."

"נאַ, ס’מאַכסט־דיך־נאַריש,” ווייזט יחזקאל זושא צוריק דעם כּבוֹד. “געב דעם כּוֹס ר’ נתן נטע’ן; כ’געדענק דאָך נאָך גוט דעם זיידן, ר’ יעקעלע פּאָללאַק, אַן עכטער תּמימות’דיגער איד מיט אַזאַ פאַרצייטישן חן — יאָ, וואָס רעדסטע! מ’טרעפט שוין נישט היינט אַזוינס."

"נוּ, אַז ר’ יחזקאל זושא הייסט,” שפּריצט נתן נטע אַריין וואַסער־טראָפּלעך פון בעכער אין פלעשל כּדי צו דע’פּגומ’ירן דעם גרעיפּ־דזשוס — “אין מסרבין לגדוֹל."

"אוי!” פאַלט דער פעשער שמואל דוד צוריק אין בענקל אַריין — ” שִׁיר הַמַעֲלוֹת …”